Download PDF

כח הניגון

ליפא שמעלצער

Original Track

כח הניגוןליפא שמעלצער

אידעלעך, איר קענט גלייבן,
ס'דא א זאך וואס קען הייבן,
יעדן אויף דער וועלט.
א געזאנג א לעבעדיגן,
יעדן נפש באגעניגן,
פועל'ן וואס עס פעלט.

צרות פארמיידן,
קליפות צו פארשניידן,
זאגן צדיקים אויף דעם.
א ניגון האט א כח,
אין הימל אזוי הויך,
אוועקצונעמען יעדן פראבלעם.

אן ערליכע ליד,
הייליגקייט עס ציט,
פועל'ן קען מען גרינגער.
א ווארעמקייט עס בריט,
אין נשמה פון א איד,
ווען מ'הערט א אידישע זינגער.

אידן, לאמיר זינגען,
טאנצן און שפרינגען,
פרייליך צו ווערן מער און מער.
עס וועט אונז געלינגען,
אין הימל וועט עס קלינגען,
א ניגון איז אין הימל א דערהער.

מקטריגים זיגן,
קען מען מיט א ניגון,
ששון ושמחה.
פון הימל צו באקריגן,
זינגט מיט פארגעניגן,
תודה וקול זמרה.

יעדער זעט דאך קלאר,
אדורך דעם יאר,
מ'פועל'ט דאך אויס מיט געזאנג.
א טאטע ביי די סדר,
עס לעבט די גאנצע חדר,
ניסים צו נעמען אין געדאנק.

ל"ג בעומר אזוי,
ואמרתם כה לחי,
ער נעמט מיט זיך פיל ישועות.
א זכיה מ'האט,
ווען אמרו כאחד,
נעשה ונשמע זינגט מען שבועות.

יום כיפור, ראש השנה,
ער בעט זיך מיט כוונה,
ווי שיין עס דאוונט דער משורר.
דער אידל אין די סוכה'לע,
חזנות'ט זיך א שטיקעלע,
און מיט א ספר טאנצט ער שמחת תורה.

חנוכה אכט נעכט,
זינגט ער ביי די לעכט,
מזמור שיר חנוכת הבית.
פורים גייט נאך געלט,
אין יעדן געצעלט,
ער טרינקט, און זינגט מיט חיות.

אידן, לאמיר זינגען,
טאנצן און שפרינגען,
פרייליך צו ווערן מער און מער.
עס וועט אונז געלינגען,
אין הימל וועט עס קלינגען,
א ניגון איז אין הימל א דערהער.

די שבת לעכטל ברענט,
עס זינגען מיט די ווענט,
יום שבתון אין לשכוח.
אין גאסן וויל איך גיין,
שבת שרייען,
ווען איך וואלט געהאט כח.

שבת... שבת... שבת... שבת...

מ'הערט שוין מיט געגועים,
השיר של הלוים,
יעדן טאג אן אנדער שיר.
למנצח על השמינית,
די פידלעך, די סטרונעס,
אן אכטע תנועה קומט אפיר.

בנים ובני בנים,
יעדער ווי חזנים,
אין בית המקדש אונזער הויף.
משיח איז געקומען,
די אידן שוין גענומען,
אט אט בקרוב.

אינאיינעם ווי ברידער,
וועט מען זינגען לידער,
משיח, משיח, משיח.
א העכערע בחינה,
אין כח הנגינה,
ווען דערלעבט מען משיח.

אידן, לאמיר זינגען,
טאנצן און שפרינגען,
פרייליך צו ווערן מער און מער.
עס וועט אונז געלינגען,
אין הימל וועט עס קלינגען,
א ניגון איז אין הימל א דערהער.

מקטריגים זיגן,
קען מען מיט א ניגון,
ששון ושמחה.
פון הימל צו באקריגן,
זינגט מיט פארגעניגן,
תודה וקול זמרה.

לאמיר זינגען,
טאנצן, שפרינגען,
עס וועט געלינגען,
הויך קלינגען,
אלעס וועט מען פועל'ן מיטן כח הניגון.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection