לוח ליד
משה גאלדמאן
Original Track
לוח, ביסט מיר ליב,
איך האלט דיר אין מיין שטוב.
דו דערמאנסט מיך קלאר,
וועלכער חודש, וועלכע יאר.
לוח פון פאפיר,
וויבאלד איך עפן דיר,
דערמאנסטו מיר מיין פלאן,
און איך טו עס דאן.
ווען איך קוק צוריק,
אויפ'ן קעסטל נאר א בליק,
קען איך תיכף זען,
יענער טאג וואס איז געשען.
עס צייגט זיך דערויף,
צי איך האב ערפילט מיין חוב,
צי דו, מיין לוח, ביסט,
פאר מיר א גוטער זכות.
א חודש און א וואך,
דאס לעבן גייט אדורך,
יארן לויפן שנעלער ווי מ'כאפט אליין.
א בלאט און נאך א בלאט,
דו, לוח, ווערסט נישט זאט,
הלואי זאלסטו מיר נעמען אין דיין געיעג אריין.
און כאטש איך וועל נישט שרייבן,
וועט אין דיר פארבלייבן,
איינגעקריצט אויף לאנג,
יעדער טאט און אויך געדאנק.
אוי, זאל מיר נאר נישט קלעמען,
ווען מ'וועט דיר נעמען,
זען וואו איך האב פארבראכט,
פון באגינען ביז ביינאכט.
מיינע גוטע פריינט,
ברענגט אייך נישט צו שאנד,
וויאזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט.
פרעגט אייך נאכאנאנד,
וואס ליגט ביי מיר אין האנט,
דער בעסטער מוסר ספר
איז דער לוח אויף דער וואנט.
לוח, ביסט געשעצט,
דו ווייזט מיר וואס איז יעצט.
אויסגערעכנט דער זמן,
די שקיעה ווען וועט זיין.
ווען דער שבת פייפט,
בלייב איך נישט פארגאפט.
איך ווייס שוין פון פאראויס,
די זון ווען קומט ארויס.
דער מולד שוין באשטימט,
ראש חודש ווען עס קומט,
פלג המנחה אויך געוויס,
ווען א חתונה, א ברית.
דער לוח פאר דעם איד,
ווי א שומר וואס ער היט,
צו טון נאר וואס מ'מעג,
אלע נעכט און טעג.
ווען איך בארעכן זיך און קלער,
פאלט קיין זמן פאר מיר שווער,
ווייל דאן בין איך באגארטלט מיט הכנות ווי עס פאסט.
אויב באראט איך זיך פון פריער,
לוח'ל, מיט דיר,
איז איעדער זמן ווי אן אנגעלייגטער גאסט.
וואו נעם איך נאר די זכיה,
מיט די ריכטיגע יגיעה,
אנגענומען פול מיט חן,
זאלן אלע זמנים זיין.
מיט דעם אינערליכן פייער,
האלטן זאל איך טייער,
יעדער מנהג, יעדער דין,
מיט יעדער איינצלהייט דערפון.
מיינע גוטע פריינט,
ברענגט אייך נישט צו שאנד,
וויאזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט.
פרעגט אייך נאכאנאנד,
וואס ליגט ביי מיר אין האנט,
דער בעסטער מוסר ספר
איז דער לוח אויף דער וואנט.
לוח, האסט א סוד,
באהאלטן אין פארראט,
אין דיין הארץ פארשפארט,
ווי עס גלוסט און עס גארט.
ווען ווערט שוין אנטפלעקט,
דיינע בלעטער אויפגעדעקט.
שטיל אין אויער זאג מיר,
דעם אויסגעבענקטער טאג.
דו ווייסט ביסט מיר געשעצט,
דערצייל'זשע מיר דעם קץ.
טאג נאך טאג פארביי,
דער גלות טוט נאך וויי.
דו ווייסט דו ביסט מיר ליב,
איך זיץ דא מיד און טריב.
איך ווייס נישט, טייער לוח,
ווען עס קומט משיח.
דאס ווארטן איז נישט גרינג,
דאך דארף איך נישט קיין וואונק,
איך ווייס און איך גלייב אז קומען וועט עס וואר.
פלוצלינג אומגערישט,
כאטש ווען, ווייס איך נישט,
אני מאמין איבערצייגט, אודאי נאך דאס יאר.
און דאן וועל איך אויסמעקן,
ערגעץ וואו פארשטעקן,
אלע שווערע טעג,
פון פיין און פון געיעג.
אין דיינע קעסטלעך אריינגעבן,
נייע לידער, א נייע לעבן.
וועסטו, לוח מיין,
מיט מיר אין טענצל גיין.
מיינע גוטע פריינט,
ברענגט אייך נישט צו שאנד,
וויאזוי רעכטן מיר אפ דעם נעכטן און דעם היינט.
פרעגט אייך נאכאנאנד,
וואס ליגט ביי מיר אין האנט,
דער בעסטער מוסר ספר
איז דער לוח אויף דער וואנט.
