Download PDF

מיין ברודער

מיכאל שניצלער

Original Track

מיין ברודערמיכאל שניצלער

Cover Tracks

S0509 - מיין ברודער - מיכאל שניצלער

לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספרי תורה (תשפ"א)

מיין טייערע ברודער,
מיין לעכטיגע ברודער,
וואו ביסטו.
טייערע ברודער,
הייליגע ברודער,
וואס טוסטו.

מיין טייערע ברודער, מיר האבן זיך געשיידט אזוי פרי,
מיין טייערע ברודער, דו ביסט שוין געגאנגען צו דיין אייביגע רו.

אזוי געטריי ביסטו געווען, אוי צו מיר,
אזוי נאנט בין איך געווען, אוי צו דיר.
דאס הארץ בענקט און בענקט אן א שיעור,
ברענג דיין זעקעלע, איך וויל אריינווארפן נאך איין מאל אין איר.

אלקא דמאיר ענני,
אלקא דמאיר ענני.
רבי מאיר האט דיך באגלייט,
מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט,
און דיך מקבל געווען אויף זיין יארצייט.

אזויפיל מיטגעמאכט האסטו אין דיין לעבן,
אבער קיינמאל האסטו נישט אויפגעגעבן.
אזויפיל חסד מיט דיינע שוועריגקייטן,
א גוט ווארט, א שמייכעלע, פאר א צווייטן.

ווי שיין איז געווען דיין כיבוד אב ואם,
שבת פעקלעך געטראגן פאר אידן אהיים.
צי וועט דיין חלום אמאל ערפילט ווערן,
ברודערל, איך שריי צו דיר, צי קענסטו מיך הערן.

אלקא דמאיר ענני,
אלקא דמאיר ענני.
רבי מאיר האט דיך באגלייט,
מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט,
און דיך מקבל געווען אויף זיין יארצייט.

מיין טייערע ברודער,
מ'האט מיך דא אויבן שיין אויפגענומען.
דער רבונו של עולם, מיט די פמליא של מעלה,
איז מיר קעגנגעקומען.
מיין הייליגער טאטע, ר' משולם זושא,
זאגט מיר מיט א שמייכל,
קום נאר, מיין קינד, וועל איך דיר ווייזן דיין שיינעם היכל.

ווייל אזוי געטריי צו די משפחה, ווי א רעכטע האנט,
אזויפיל צעבראכענע הערצער האסטו אויפגעשיינט.
יתומים, אלמנות, ארעמעלייט אונטערגעלאנט,
א יעדער האט געשפירט ווי ער האט פארלוירן זיין בעסטן פריינט.

אלקא דמאיר ענני,
אלקא דמאיר ענני.
רבי מאיר האט דיך באגלייט,
מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט,
און דיך מקבל געווען אויף זיין יארצייט.

טייערע קינדערלעך, איך בין נאך געבליבן געטריי,
מיט מיין זעקעלע פארן כסא הכבוד איך שריי.
טאטע, פאר א יעדן אידיש קינד,
שיק שוין נחת, פרנסה, שידוכים און געזונט.

ביי יעדן היכל מיט מיין זעקעלע אין מיין הענט,
שריי איך, הייליגע אבות,
ווארפטס אריין וויפיל איר קענט.
איך שטיי און וויין ביי משיח בן דוד,
און אלע צדיקים וויינען מיט מיר.

אלקא דמאיר ענני,
אלקא דמאיר ענני.
רבי מאיר האט מיך באגלייט,
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט,
טאטע, טאטע, מיר זענען שוין גרייט.

רבי מאיר האט מיך באגלייט,
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט.
קינדערלעך, קינדערלעך,
אט אט ווערן מיר באפרייט.

אט אט, אט אט,
ווערן מיר באפרייט.

אלקא דמאיר ענני,
אלקא דמאיר ענני.
רבי מאיר האט מיך באגלייט,
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט.
קינדערלעך, קינדערלעך,
אט אט ווערן מיר באפרייט.

רבי מאיר האט מיך באגלייט,
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט,
קינדערלעך, אט אט זענען מיר באפרייט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection