Download PDF

מיין זיידע

יונגערליך

Original Track

מיין זיידעיונגערליך

לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: ר' וועלוול שמעלצער | יונגערליך 2 (תשע"ט)

מיין זיידע האט מיר פארציילט,
זכרונות מיטגעטיילט,
וואס ער איז אלץ אדורך אין לעבן.
זיץ איך דארט שטילערהייט,
מיט דארשט איך שלינג זיינע רייד,
וואס ער טוט פאר מיר זיין אייניקל איבערגעבן.

ער פארציילט מיר פון זיין אייגענע זיידע,
אוועק איז ער ביים קריג ליידער,
און ווען איך דערמאן זיך פון אים גייט מיר א טרער.
זיין וועזן, זיין צורה, זיין חן,
זיין ווארעמקייט, מיט תמימות, גאר ריין,
וואס איז אמאל געווען, וועט שוין נישט זיין מער.

זיידעניו, מיין זיידע,
געווען פאר מיר אן אבידה,
געהאט אזא קשר, אן אייביגע בונד מיט מיר.
איך האב נאכנישט געטראכט דאן,
אז איין טאג א זיידע וועל איך זיין,
און האבן אזא לעכטיגן אייניקל ווי דיר.

זיידעניו, מיין זיידע,
איך און דו, ביידע,
געהאט א קשר וואס מ'קען נישט אפטיילן.
ווי גליקליך בין איך,
אז איך זיץ מיט מיין אייניקל דיך,
און קען זיסע זכרונות דערציילן.

למען ידעו דור אחרון, דור דור אחרון.
למען ידעו דור אחרון,
דו ביסט מיין זיידע, מיין קרוין.

ווי איבערגענומען איך בין,
ווען מיין זיידע דערציילט מיר דערפון,
ווי שטאלץ צו זיין פון דעם שורש איך שפיר.
ליבער זיידעניו, ווען איך פארברענג מיט דיר דא,
דעם גאנצן לעכטיגן אמאל זע איך אין דיר.

דיין האנט לאמיך אנכאפן,
דיין הדרכה גוט איינזאפן,
די טייערקייט פון דיינע רייד
קען מען נישט באשרייבן.
בא'חנ'טע זיסע אויסדרוקן,
מיט דיינע ווערטלעך זיך דערקוויקן,
הלוואי קען איך מיט דיר אויף אייביג פארבלייבן.

זיידעניו, מיין זיידע,
איך און דו, ביידע,
פארמאגן א קשר, אן אייביגע בונד.
און דאס איז אויך מיין רצון, מיין וועלן,
אייגענע דורות אויפשטעלן,
שטאלצירן אז זיי זענען מיין זיידע'ס א קינד.

זיידעניו, מיין זיידע,
איך און דו, אונז ביידע,
מיר פארמאגן א קשר וואס מ'קען נישט אפטיילן.
און איך האף אז איין טאג, הלואי,
מיינע אייניקלעך זיי,
וועל איך אויך קענען זכרונות דערציילן.

למען ידעו דור אחרון, דור דור אחרון.
למען ידעו דור אחרון,
דו ביסט מיין זיידע, מיין קרוין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection