מיין שטעטעלע בעלז
משה אושר
Original Track
Cover Tracks
דערצייל מיר אלטער,
דערצייל מיר געשווינד,
ווייל איך וויל וויסן, אלעס אצינד.
ווי זעט אויס דאס שטיבעלע,
וואס האט אמאל געגלאנצט.
צי בליט נאך דאס ביימעלע,
וואס איך האב פארפלאנצט.
דאס שטיבל איז אלט,
פארוואקסן מיט מאָך און גראז.
דער אלטער דאך צעפאלט,
דער פענסטער, אן א גלאז.
דער גאניק איז קרום,
צעבויגן די ווענט,
דו וואלסט דאס שוין מער
גארניט דערקענט.
איי איי איי בעלז,
מיין שטעטעלע בעלז,
מיין היימעלע, דארט וואו איך האב
מיינע קינדערישע יארן פארבראכט.
זענט איר געווען אמאל געווען אין בעלז,
מיין שטעטעלע בעלז.
מיין היימעלע, דארט וואו איך האב
מיינע קינדערישע יארן פארבראכט.
יעדן שבת פלעג איך לויפן,
מיט אלע קינדערלעך גלייך,
צו זיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע,
ווארפן שטיינדעלעך אין טייך.
איי איי בעלז,
מיין שטעטעלע בעלז,
מיין היימעלע, דארט וואו איך האב
מיינע קינדערישע יארן פארבראכט.
זענט איר געווען אמאל געווען אין בעלז,
מיין שטעטעלע בעלז,
מיין היימעלע, דארט וואו איך האב מיינע קינדערישע יארן פארבראכט.
