Download PDF

בשמחה

יוסף משה כהנא

Original Track

בשמחהיוסף משה כהנא

לחן: ר' מאיר ווייס | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן (תשנ"ה)

בשמחה דארף מען צו זיין,
פרייליך אין יעדן זמן.
פאר א איד וואס דען פעלט,
פון אלע פעלקער אויסגעוועלט.

די הייליגע תורה, נשמה טהורה,
דאס האט נאר א איד.
מצוות רבות, א יו"ט א שבת,
צו זיין פרייליך ווערט ער נישט מיד.

אז ער פארקריכט, דעם וועג ער זוכט,
תשובה טון קען נאר דער באשעפער'ס קינד.
ס'קומט יום כיפור, אלעס מכופר,
ריין פון יעדן זינד.

פרייליך אידן, זייטס צופרידן,
בשמחה זיין מען מוז.
פון אלעם וואוילן, קען מען פועל'ן,
פרייליך ווען מען איז.

עצבות ורוגז,
צו וואס און צו ווען טויג עס.
אין השכינה שורה,
אלא מתוך שמחה ואורה.

דער הייליגער אר"י, געזאגט פון וואו,
האב איך געווען זוכה.
צו אלע זאכן, געטון דערגרייכן,
נאר דורך שמחה.

פרייליך אידן, זייטס צופרידן,
בשמחה זיין מען מוז.
פון אלעם וואוילן, קען מען פועל'ן,
פרייליך ווען מען איז.

אמאל מוצאי יום כיפור,
דערציילט מען נאך א סיפור.
ביים בעל שם איז דאס געשען,
קיין לבנה נישט געזען.

דער בעל שם האט געווארט, זיך פארשפארט,
געווען אינגאנצן צעשטערט.
געבעטן בכוונה, לקדש הלבנה,
פארוואס מ'איז נישט ווערד.

אבער די חסידים, די גרויסע תלמידים,
ארויס מיט א ריקוד אזעלכעס און אזיינס.
מיט פרייליכע געזאנגען, ארויסגעגאנגען,
מיטן בעל שם אין א טאנץ.

מיט די גאנצע כח, די גאנצע מח,
מיט שמחה דערהויבן.
דער בעל שם געט א קוק, די לבנה איז צוריק,
דעם באשעפער געטון לויבן.

צו זיי ער זאגט, איך האב מיך געפלאגט,
געווען א גזירה זייער שווער.
אבער מיט שמחה, איז יעדער א מומחה,
ענקער שמחה האט אויפגעטון מער.

פרייליך אידן, זייטס צופרידן,
בשמחה זיין מען מוז.
פון אלעם וואוילן, קען מען פועל'ן,
פרייליך ווען מען איז.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection