דער שפאלער זיידע
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספר תורה (תשפ"א)
דער שפאלער זיידע איז אמאל געגאנען,
אמאל געשטאנען,
אויף א בארג א שיפן,
פון א גרוב א טיפן.
איי דאס הארץ צעברעכט זיכ'ן,
ער הערט ארויס קרעכצן.
אוי רבי, דער רשע עריץ,
דער מושל פונעם פריץ,
האט אזוי גע'פסק'עט,
דא מיך אריינגעטראסקעט,
אין דעם גרוב דעם שמאלן,
ווייל איך האב נישט צו באצאלן.
אין דעם קאלטן גריבעלע,
קוים א ברויט מיט א צוויבעלע,
פאר א נארישע סיבה'לע,
פארווארפן פון מיין שטיבעלע.
איך בענק נאך מיינע קינדער,
שלמה, יאסעלע, שרה, ליבעלע.
ערגער נאך פון דעם איז דאס,
דעם פריץ יום הולדת,
א סעודה'ניו מיט וויין און ביר.
ווי א בער פארשטעלן וועט ער מיך,
און הייסן טאנצן וועט ער מיך,
דער מושל וועט דארט טאנצן קעגן מיר.
אלע מענטשן פון די גאס קענען,
מיטהאלטן און פסק'ענען,
ווער ס'געווינט, זאגן זיי אזוי קענען.
און אויב טאקע באזיג איך אים,
אין מיינע הענט באקריג איך אים,
מעג איך דעם רשע גוט באבויקענען.
ווי ביטער וועט דאך זיין אויב דער מושל געווינט,
זיי וועלן מיך ווארפן פאר די שווארצע הינט.
זיי וועלן כעס'ן און מיך בייסן,
און פון מיר שטיקער רייסן,
אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי, אוי.
דער שפאלער זיידע זעט וואס דער מצב איז,
רבי איד, נאר בשמחה, נישט בעצבות.
דו וועסט פארגרינגען,
נאר מיט זינגען,
קודם לאמיר טאנצן, שפרינגען,
איי ריי ריי ריי ריי, אוי.
טאנץ איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל,
און נאכאמאל און נאכאמאל,
און נאכאמאל און נאכאמאל,
און נאך איין מאל,
אראפ ארויף, און געב נישט אויף.
ווייל מיט א ניגון, וועסטו באזיגן,
און וועסט באקריגן,
ישועות אן א צאל.
דער שפאלער זיידע האט געטאן אנדייטן,
לאמיר זיך בייטן.
ארויס פון גרוב גיי דיר,
געב מיר דיינע קליידער.
איך טו איינגיין,
אין גרוב אנשטאט דיר אריינגיין - יא.
אוי לויף אהיים, לִגְבוּלָם שָׁבוּ,
גְאוּלָה תָּבִיא.
איי, אֶשְׂמַח בִּלְבָבִי,
דער צדיק שרייט דארט, אָבִי.
א ישועה וואו איז דא, וואו,
פלוצלינג אליהו הנביא,
קומט - יא.
ער לערנט אויס גענצליך,
דעם צדיק אלע טענצעלעך,
אז מארגן דעם רשע געווינט ער אים.
צומארגנס הערט מען טריט,
דער מושל שרייט דארט, זשיד,
פארשטעלט אים ווי א בער, אין קייטן בינדט ער אים.
עס שפילט שוין די ארקעסטן,
מען הייבט זיך אן פארמעסטן,
האפ קאזאק, שרייט דער רשע וולאדיק.
ווי שיין טאנצט דער זיידע,
בפני כל העדה,
ווייל פון הימל שרייט מען אראפ צו דעם צדיק.
טאנץ איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל,
און נאכאמאל און נאכאמאל,
און נאכאמאל און נאכאמאל,
און נאך איין מאל,
אראפ ארויף, און געב נישט אויף.
ווייל מיט א ניגון, וועסטו באזיגן,
און וועסט באקריגן,
ישועות אן א צאל.
דער רשע שוין פאר'שיכור'ט אינגאנצן,
ער פאלט אראפ, ער קען זיך נישט באלאנסן.
האסט נישט קיין שאנסן,
מען דארף דיך קנס'ן,
דער ראבינער קען סאך שענער טאנצן - יא יא יא.
דער מושל פאר רחמנות ער בעט זיך,
דער צדיק געט אים מכות רצח,
יעדער שרייט, שוין באפרייט,
אראפ די קייט, אהיים ער גייט,
געזונטערהייט - יא יא יא.
וּרְחוֹבוֹת הָעִיר יִמָלְאוּ,
צוריק צום איד לויפט דער צדיק פון שפאלע,
געטאנצן אנשטאט אייך,
דִידָן נֶצַח,
קוקט וואס טוט'זאך,
לעבעדיג לעבעדיג - יא.
ר' איד, געדענקט אין גרוב, אפילו ס'איז שווער,
א הסתר פנים פארשטעלט, עס זעט אויס ווי א בער.
דיך נישט פארליר,
נאר טאנץ בְּשִׁיר,
יעצט קום נאך איין מאל, טאנץ מיט מיר,
און איך מיט דיר,
אזוי ווי פריער - יא יא יא.
טאנץ איין מאל און צוויי מאל און דריי מאל,
און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל,
און נאך איין מאל,
אראפ ארויף, און געב נישט אויף.
ווייל מיט א ניגון, וועסטו באזיגן,
און וועסט באקריגן,
ישועות אן א צאל.
