דריי מאל געטאנצן
מיכאל שניצלער
Original Track
Cover Tracks
דער בעל שם טוב, שבת נעמט אויף,
אלע אידן ביי זיין טיש.
די תלמידים, די חסידים,
שטייען אלע ארום ביים טיש.
אזא הייליגער פרייטאג צונאכט,
דער בעל שם טוב זיצט דארט פארטראכט.
פלוצלינג נעמט איעדער אין אכט,
דער בעל שם טוב האט זיך צעלאכט.
נישט נאר איין מאל, נישט נאר צוויי מאל,
נאר אויך דריי מאל, לאכט ער מיט פרייד.
קיינער וואגט נישט איבערהאקן,
נישט פרעגן, רבי, וואס איז דער באדייט.
נאר מיט פחד שטייט דארט יעדער אידעלע,
ביי דעם זיסן שבת סעודה’לע.
דער בעל שם זינגט זיך א לידעלע,
און טאנצט דארט ארום א רקידה’לע.
וּבְכֵן צַדִיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ,
איי איי איי וִישָׁרִים יַעֲלוֹזוּ,
וּבְכֵן צַדִיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ,
וַחֲסִידִים בְּרִינָה יָגִילוּ.
יעדער פאטשט, יעדער שפרינגט,
יעדער קלאטשט, יעדער זינגט,
מיט גרויס התלהבות.
מיט א ברען וואס עס פלאמט,
זינגט מען דארט אזוי בא'טעמ’ט,
מזמור שיר ליום השבת.
דער שיינער שבת גייט פאראיבער,
מיטן רבי’ן מיטן ציבור,
ממש יום שבתון אין לשכוח.
יעדער חסיד מיט די קינדער שפירן זיך דערהויבן גאר הויך.
אָן געדולד יעדער ווארט,
אין בית המדרש איינגעשפארט,
ווען וועט שוין דער רבי זאגן פשט.
פארוואס האט ער געלאכט דעם שבת ביי זיין הייליגן טיש, און אזא הנאה געהאט.
מוצאי שבת נאך הבדלה,
הייסט ער אט דעם בעל עגלה,
אנצוגרייטן שנעלער דעם פיאקער.
קומט מיט מיר, וועט איר פארשטיין דעם פשט, גאר געשמאקער.
מיט חסידים, מיט תלמידים,
פארט דער צדיק מיט א תפילה,
צום באשעפער בעט ער א געבעטעלע.
מיט קפיצת הדרך קומט מען אן שנעל דארט אהין, אין א קליין שטעטעלע.
וּבְכֵן צַדִיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ,
איי איי איי וִישָׁרִים יַעֲלוֹזוּ,
וּבְכֵן צַדִיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ,
וַחֲסִידִים בְּרִינָה יָגִילוּ.
יעדער פאטשט, יעדער שפרינגט,
יעדער קלאטשט, יעדער זינגט,
מיט גרויס התלהבות.
מיט א ברען וואס עס פלאמט,
זינגט מען דארט אזוי בא'טעמ’ט,
מזמור שיר ליום השבת.
א קליינע הייזקע, שווארץ און ווייסקע,
דער בעל שם גייט נענטער צו איר.
די טיר ער כאפט אן, און ער קלאפט אן,
א אידעלע עפנט די טיר.
דער איד הייסט רבי שבתילע בינדער,
עלנד דאס הויז, אָן קינדער.
דער בעל שם זאגט, שבתי, אצינדער,
דערצייל אונז די מעשה געשווינדער.
פארציילט מיט וואונדער, איך בין א בינדער,
אלעמאל געווען א רייכער.
אבער ליידער, איז כסדר,
די פרנסה שוואכער און שוואכער.
דער שבת טיש זעט אויס אזוי שלעכט,
נישטא אויף חלות, וויין, קיין לעכט.
אפילו ס’איז אין שטוב א גיהנום,
מיר באשלאסן נישט צו נעמען פון יענעם.
די וואך שבת, מיין ווייב איז,
בשמחה מיך מקבל פנים.
דער טיש געדעקט, די חלות שמעקט,
פיש, פלייש מִבְּעוֹד יוֹם מוּכָנִים.
פארוואס האסטו געבארגט ביי שכנים?
אה אה, כ’האב נישט גענומען פון קיינעם.
די שטוב איך האב געמאכט א ריינעם,
און געטראפן א דיאמאנט א שיינעם.
דעם דיאמאנט פארקויפט פאר גוט געלט,
דעם שיינעם שבת צוגעשטעלט.
לעכט, חלות, פיינע וויין,
לאמיר אלע פרייליך זיין.
און פאר שמחה האבן מיר,
גענומען טאנצן מזמור שיר,
מזמור שיר ליום השבת.
נישט נאר איין מאל, נישט נאר צוויי מאל,
נאר אויך דריי מאל, אויף איינמאל,
ארומגעטאנצט לכבוד שבת.
וּבְכֵן צַדִיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ,
איי איי איי וִישָׁרִים יַעֲלוֹזוּ,
וּבְכֵן צַדִיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ,
וַחֲסִידִים בְּרִינָה יָגִילוּ.
יעצט פארשטייט איר פשט אינגאנצן,
אז ווען ר’ שבתי האט געטאנצן,
האב איך געלאכט, ווייל ס’האט געמאכט א טומל.
ווייל די מלאכים האבן מיט אים מיטגעטאנצן אויבן אין הימל.
אוי שבתילע, און דערפאר,
האט מען באשלאסן געבן שכר,
יעצט וואס דו בעטסט, מבטיח איך בין דיר.
רבי רבי, ווייסטו דען נישט, ביי מיר איז ליידיג דאס הויז, איך האב נאכנישט קיין קינדער.
שבתילע, איך זאג דיר קלאר,
אז דו וועסט האבן ביז א יאר,
א קינד וואס וועט באלייכטן איבעראל.
דו זאלסט נאך מיר דאס קינד א נאמען געבן, ויקרא שמו ישראל.
איי איי איי איי, סימן טוב ומזל טוב,
א קינד געבוירן א יאר דערויף,
ר’ שבתי איז שוין פרייליך, נישט פאר’דאגהט.
דאס קינד איז אויפגעוואקסן דער הייליגער צדיק,
דער קאזשניצער מגיד.
