הלואי
יוסף משה כהנא
Original Track
דער פעלזן האקער,
ער איז א גיבור שטארק.
שווערע שטיינער,
האקט ער ארויס פון בארג.
וויי טוט די הענט אים,
די זון ברענט אים - אהא.
שווייס עס רינט אים,
די מידקייט געווינט אים - אהא.
הלואי, הלואי, הלואי, הלואי, הלואי.
אין חלום ער זעט זיך,
ווי ער בעט זיך - הלואי.
הלואי בין איך א מלך,
וואס איך וויל באפעל איך - הלואי,
אלע אונטערטעניג,
ווייל איך בין קעניג - אהא.
אין מלכות'דיגע בגדים,
מיט שרים ועבדים - אהא.
מיטן קרוין באצירט,
האט זיך דער קייזער שפאצירט.
אין פעלד אן קיין שאטן,
די זון טוט בראטן - אהא.
ס'הייס, פחדים,
טוט אויס די בגדים - אהא.
הלואי, הלואי, הלואי, הלואי, הלואי.
הלואי די זון בין איך,
יעדן געווין איך - הלואי.
שטארק און מעכטיג,
גרויס און לעכטיג - הלואי.
השמש בגבורתו,
אין נסתר מחמתו - אהא.
דער זון צעהיצט זיך,
אין ים מ'שיצט זיך, באלד.
מ'אנטלויפט פון די היימער,
צווישן די ביימער, אין וואלד.
דער זון דרייט זיך און פרייט זיך,
אונטער אים גרייט זיך - אהא.
דער וואלקן באפאלט איר,
אינגאנצן באהאלט איר - אהא.
הלואי, הלואי, הלואי, הלואי, הלואי.
הלואי בין איך א וואלקן,
אויף מיר אֵין חולקין - הלואי.
די זון ליגט באהאלטן,
קוים אפאר שפאלטן - אהא.
איך עפן נאר א ווינקל,
ס'זאל נישט זיין טונקל - אהא.
דער וואלקן עס געפעלט אים,
קיינער פארשטעלט אים - אהא.
אראפ מיטן נאז,
ביז ער באקומט א בלאז.
דער ווינט דער גיבור,
ער גייט אים אריבער - אהא.
דעם וואלקן דעם דיקן,
מיט א בלאז פאררוקן - אהא.
הלואי, הלואי, הלואי, הלואי, הלואי.
הלואי א ווינט ווער איך,
יעדן איבערקער איך - הלואי.
בלעטלעך פון ביימער,
דעכער פון היימער - אהא.
פייער פארשפרייט איך,
פליגערס באגלייט איך - אהא.
דער ווינט דער בייזער,
בוזשעוועט ארום מיט שרעק.
דעם קרוין פון קייזער,
א בלאז, ס'פליט אוועק.
פלוצלינג, פארשטייט נישט,
בלאזט און ס'גייט נישט - אהא.
א בארג פון שטיינער,
עס רירן קען קיינער - אהא.
הלואי, הלואי, הלואי, הלואי, הלואי.
הלואי בין איך א בארג,
מעכטיג און שטארק - הלואי.
קיינער אים רירט נישט,
דער ווינט, ער שפירט נישט - הלואי.
ער האט דעם כח,
שפיציג און הויך - הלואי.
דער בארג פון אויבן,
קוקט אויף יעדן אראפ.
שטארק און דערהויבן,
אפילו דער ווינט לאזט אים אפ.
פלוצלינג מ'קנאקט אים,
דער פעלז-האקער האקט אים - אהא.
דעם בארג איך צעשמעטער,
מיין גבורה זען וועט ער - אהא.
הלואי, הלואי, הלואי, הלואי, הלואי.
הלואי בין איך א קנאקער,
א פעלזן-האקער - הלואי.
פון אלעמען פעסטער,
דער שטערקסטער און דער גרעסטער - אהא.
פון שמחה ער באלעקט זיך,
פון חלום ער דערוועקט זיך,
הלואי.
