חמשה קולות
מיכאל שניצלער
Original Track
כל כל הנהנה, מסעודת חתן, ואינו משמחו,
משמח זיין נישט ביכולת,
עובר בחמשה קולות.
כל כל הנהנה, מסעודת חתן, ומשמחו,
זאגט צו אונזער בורא, זוכה זוכה לתורה.
אין די שפעטע נאכט שעה'ן,
קלאפט ער אן ביי סטייפלער גאון.
אוי רבי, כ'האב א שאלה,
בענין חתן וכלה,
ילמדנו רבינו.
פון א חתונה יעצט קום איך,
אויסרעדן דאס הארץ איך מוז מיך.
ס'איז מיר אן אפקומעניש,
רבי, אויב בשמחה איז מען נישט,
וואס טוט מען רבי, ענני.
יעדער טאנצט, ווער דען נישט,
יִשְׂמַח לְבַב אֱנוֹשׁ.
אבער איך גארנישט קען נישט,
נישט טאנצן, זינגען,
עס מאכט מיר תמיד בייז.
מיינע מחשבות טוט גובר זיין,
איך זאל נישט גיין צו שמחות צייט קובר זיין,
איך וויל נישט מער עובר זיין,
אויף די גמרא ברכות ו' עמוד ב'.
כל כל הנהנה, מסעודת חתן, ואינו משמחו,
משמח זיין נישט ביכולת,
עובר בחמשה קולות.
כל כל הנהנה, מסעודת חתן, ומשמחו,
זאגט צו אונזער בורא, זוכה זוכה לתורה.
מיין ליבער איד, הער אויס שיין,
נאר אויף שמחות זאלסטו גיין.
אפילו האסט קיין איין חוש נישט,
דיינע טרערן וויש נישט,
איך האב פאר דיר אן עצה א זיסע.
שטעל דיך אפ נעבן די מוזיק,
און אויפן פויקער געב א קוק.
ווען מען קוקט ווערט זיין חשק גרעסער,
און ער נעמט זיך פויקן בעסער,
ס'איז בדוק ומנוסה.
שטיי און קוק מיט כוונה,
בִּרְאִיָה בְּעַלְמָא קָנִי.
ווייל איינער שרייט, איינער זינגט,
איינער טאנצט און איינער שפרינגט,
איינער אויף דעם מוזיק באטראכט ער.
מיט בדחנות איינער דערפרייט,
איינער שפילט אויף זיין טרומפייט.
וּבִּלְבַד שֶׁלִבּוֹ יְכַוִין,
און מען טוט די שמחה פראווען,
און די חתן-כלה פרייליך מאכט ער.
שפיל נאר אויף דיין פידעלע - איי איי איי,
טאנץ נאך א רקידה'לע - איי איי איי,
וועסטו זוכה זיין, אידעלע,
צו די הבטחות פון די הייליגע גמרא.
מיט חתן-כלה פריי דיך - אזוי אוי אוי אוי,
נגילה ונשמחה בו - אוי אוי אוי,
וְאִם וְאִם מְשַׂמְחוֹ,
מַה מַה שְׂכָרוֹ.
כל כל הנהנה, מסעודת חתן, ואינו משמחו,
משמח זיין נישט ביכולת,
עובר בחמשה קולות.
כל כל הנהנה מסעודת חתן, ומשמחו,
זאגט צו אונזער בורא, זוכה זוכה לתורה.
מִצְהֲלוֹת חֲתַנִים מֵחוּפָּתָן,
באלד קומט שוין אן דער גרויסער חתן.
מיטן שור הבור און לויתן,
כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל כַּלָה קְרוּאָה.
די לויים מיט זייערע לידעלעך,
שטייען שוין מיט די פידעלעך.
גרייטס אייך, גרייטס אייך, אידעלעך,
די גרויסע שמחה איז שוין דא.
כל כל הנהנה, מסעודת חתן, אוי אוי משמחו,
זאגט צו אונזער בורא, זוכה זוכה לתורה.
כל כל הנהנה, מסעודת חתן, אוי אוי משמחו,
זאגט צו אונזער בורא, זוכה זוכה לתורה.
