Download PDF

מודים אנחנו לך

מרדכי ווערדיגער

Original Track

מודים אנחנו לךמרדכי ווערדיגער

Cover Tracks

S0525 - מודים אנחנו לך - מרדכי בן דוד5:22

לחן: מרדכי ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | כולם אהובים (תשס"ח)

אינדערפרי, גייט ער צו,
נאכן דאווענען מיט א ברען.
צו זיין רבי'ן דער חפץ חיים, אפשר ענטפערן ער קען,
יעדעס ווארט, זאג איך פארט,
מיט כוונה און מיט געפיל.
אבער לאנג נאך מיין שמונה עשרה, ס'ווארט נאכאלץ דער גאנצער שול.

איך באטראכט, זיין פנים לייכט,
דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציט.
מסתם שוועבט ער דארט זייער הויך,
אין די הימלען ווייט ער פליט.

איך קלער אריין, ס'מוז דאך זיין,
גרויסע שמות, הויך אן א שיעור.
וואס עס פעלט מיר נאך אין כוונות,
בעט איך, רבי, לערנט מיר.

אוי מיין טייער ליבער קינד, דו לעבסט אין א טעות.
איך טראכט נאר דעם פשוט'ן טייטש,
איעדע ברכה איז א גאנצע וועלט.
ווען איך קום אבער צו צום ברכה פון די הודאות,
זאג איך מודים, מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט.

וויאזוי קען איך אים דאנקען גענוג אויף אלע חסדים,
וויפיל גוטס ער טוט און טוט מיט מיר,
איעדן טאג נאך און נאך.
אויף זיין חוט של חסד,
זיין גרויסער געטליכער פאדעם.
אויף יעדן אטעם, זאג איך מודים אנחנו לך.

אוי, מען מאכט מיט,
ס'איז אבער אלעס גוט,
עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה.
און אפילו ווען ס'גייט אונז שווערליך,
אויך בַּצַר הִרְחַבְתָּ לִי.
כל שכן, דארף מען זען,
ווען דאס לעבן גייט יא כשורה,
צו באדאנקען דעם ליבן טאטן,
פון טיפן הארצן מודה אני.

אוי מיין ליבער פאטער, יא, דו געסט אונז השפעות.
יעדער איד איז א בן יחיד,
יעדע קינד איז א גאנצע וועלט.
מיט לויב און דאנק צו דיר, דער קל ההודאות,
זאג איך מודים, מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט.

ווייל ווי הייב איך אן זאגן א שבח פאר אלע חסדים,
וויפיל גוטס דו טוסט און טוסט מיט מיר,
איעדן טאג נאך און נאך.
אויף דיין חוט של חסד,
דיין גרויסער געטליכער פאדעם,
אויף יעדן אטעם, זאג איך מודים אנחנו לך.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection