משמח חתן כלה
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן: הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זצ"ל
מילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן (תש"ס)
די הייליגע גמרא איז זייער משבח,
דעם ווער ס’איז א חתן וכלה משמח.
עד כדי כך, מען איז ביכולת,
זוכה צו זיין, לחמשה קולות.
פאסירט אמאל ביים הייליגן רבי’ן פון לובלין,
ער פארט אוועק אין א שטאט, זייער זייער ווייט.
אינמיטן די נאכט קומט ער אן אהין,
דארט צו זיין אכסניא וואס ער האט געהאט.
דער צדיק געט איין קוק בלויז,
ס’איז שוין צייט אויף תיקון חצות,
ער נעמט ארויס דעם קליינעם סידור’ל מיט יללות.
אויף דער ערד זיצט ער איינגעבויגן,
טרערן רינען פון די הייליגע אויגן,
אז די שכינה הקדושה איז נאכאלץ אין גלות.
אינמיטן, פלוצלינג, טוט ער שטיין בלייבן,
ער שטעלט זיך אויף און בעט דעם גבאין.
גיי ארויס אין גאס, קוק דיך אום קלאר,
דאכט זיך מיר אז עפעס גייט דא אין שטאט פאר.
דער גבאי גייט ארויס און קומט צוריקצולויפן,
רבי, ס’איז דא א חתונה אין איינע פון די הויפן.
דער הייליגער ראפשיצער, שטייט דארט אין די הייך,
ער זאגט דארט בדחנות און איז משמח.
ער זאגט דארט ווערטלעך ווי א מומחה,
דער גאנצער עולם איז מלא שמחה,
זיי אלע פרייען זיך מיט חתן-כלה.
דער חוזה הערט מיט התפעלות,
אויב אזוי, פארשטיי איך אלעס,
וואס דא האט פאסירט וועל איך דיר זיין מגלה.
געווענליך יעדע נאכט
ווען איך זעץ מיך אויף דער ערד,
איך זאג תיקון חצות, מיט געוויין אן א שיעור.
אויבן אין הימל, א טומל עס ווערט,
אלע מלאכים וויינען מיט מיט מיר.
ווען איך זאג תיקון לאה, איך זאג תיקון רחל,
וועקן זיך אויף די הייליגע אמהות.
זיי גייען דארט ארויף פארן כל יכול,
זיי רייסן דארט איין מיט בכיות נוראות.
אבער היינט דא ווען איך האב געזאגט,
קיינער אויבן האט נישט געקלאגט,
איך האב געזען ווי די מלאכים טאנצן צונאזאם.
אפילו די אבות ואמהות,
איך האב נישט פארשטאנען פשט פארוואס,
אבער יעצט פארשטיי איך שוין וואס איז געווען דער טעם.
ווען א חתן-כלה פרייען זיך דא,
איז אויבן אין הימל, אין עולם הבא,
פארגעסט מען דארט אויך פון יעדן מין צער.
וואויל איז דעם צו זיין מקנא,
ווער ס’איז א חתן-כלה מהנה,
ווי גרויס איז די מצוה, ווי גרויס איז דער שכר.
