נאר בשמחה
ליפא שמעלצער
Original Track
לחן: ר' יושע ברויער | מילים: ליפא שמעלצער | נאר בשמחה (תשנ"ט)
דער צדיק ר' בונם ביים וואסער שפאצירט,
א מוסר שמועס מיט די חסידים ער פירט.
פלוצלינג הערט זיך א קול פון געוויין,
א איד קען פון וואסער נישט ארויסגיין.
די חסידים זענען גלייך אהינגעלאפן,
דעם איד טיף אין וואסער האבן זיי געטראפן.
צו ר' בונם מפרשיסחא האבן זיי געזאגט אפן,
רבי, ס'איז שוין ליידער נישט דא וואס צו האפן.
דעם צדיק'ס מחשבות איז פארזינקען,
ער זעט ווי דער איד גייט זיך שוין דערטרינקען.
אויף א ישועה ער בעט זיך און ער ווארט,
און די שערי שמים איז פארשפארט.
זאגט דער צדיק, ווען דו גייסט אראפ
אין דער טיפעניש,
וועסטו זען דארט גאר א גרויסע פיש.
דו פאלסט אריין אין וואסער, בעט איך פון דיר,
פארן לויתן פיש שיק א גרוס פון מיר.
דעם צדיק'ס ווערטל האט זיך באלד דערקענט,
דער עולם האט אזוי געלאכט אין יענע מאמענט.
באלד דערנאך טוט דער איד ארויסשווימען,
א סוף צו זיין סכנה איז שוין געקומען.
זאגט דער רבי צו זיי, איך וועל אייך זאגן פשט,
דער איד האט שוין נעבעך קיין שום זכות נישט געהאט.
האב איך אויף זיין חשבון א ווערטל געמאכט,
דער עולם האט אזוי שטארק בשמחה געלאכט.
אז א איד בעט זיך אויס מיט א שמייכל,
קען ער אריינגיין אין גרעסטן היכל.
אפילו עס איז שוין נישט דא קיין שום לימוד זכות,
די שערי שמחה אייביג אפן איז.
אז א איד בעט זיך אויס ביים שוכן מרומים,
שתהא שעה זו שעת רחמים.
לאמיר זינגען צום באשעפער, נודה לְשִׁמְךָ,
אידן, נאר בשמחה.
אידן זענען דא היינט אין גלות,
מיר שרייען און בעטן מיט יללות.
די שונאים זאלן האבן זייערע מפלות,
בוי שוין אויף דעם סוכת דוד הַנוֹפָלֶת.
שוין באלד צוויי טויזנט יאר, עס איז שוין גענוג,
מיר בעטן דיר, טאטע, קער זיך שוין צוריק.
משיח צדקנו פאר דיינע קינדער שיקן,
מיט דעם בית המקדש אונז באגליקן.
אז א איד בעט זיך אויס מיט א שמייכל,
קען ער אריינגיין אין גרעסטן היכל.
אפילו ס'איז שוין נישט דא קיין שום לימוד זכות,
די שערי שמחה אייביג אפן איז.
אז א איד בעט זיך אויס ביים שוכן מרומים,
שתהא שעה זו שעת רחמים.
לאמיר זינגען צום באשעפער, נודה לְשִׁמְךָ,
פועל'ן קען מען נאר בשמחה.
מיר אידן בעטן דיר, אבינו מלכנו,
נִקְרָאֲךָ וּתְעַנֵנוּ.
עס גיסן זיך פון אידן אזויפיל דמעות,
מ'בעט ס'זאל אראפקומען פאר אונז השפעות.
אידעלעך, גענוג געגאסן טרערן טרויעריג,
לאמיר בעסער גיסן טרערן פון שמחה און פון גליק.
זינגען צום באשעפער נודה לְשִׁמְךָ,
מ'קען אזויפיל פועל'ן מיט שמחה.
אז א איד בעט זיך אויס מיט א שמייכל,
קען ער אריינגיין אין גרעסטן היכל.
אפילו ס'איז שוין נישט דא קיין שום לימוד זכות,
די שערי שמחה אייביג אפן איז.
אז א איד בעט זיך אויס ביים שוכן מרומים,
שתהא שעה זו שעת רחמים.
לאמיר זינגען צום באשעפער, נודה לְשִׁמְךָ,
אידן, נאר בשמחה.
מען וויל ס'זאל אראפקומען פאר אונז השפעות,
לאמיר אלע זינגען ברכות והודאות.
ברכות והודאות לְשִׁמְךָ,
אידן, נאר בשמחה.
