Download PDF

סוד של משקה

לוי פאלקאוויטש

Original Track

סוד של משקהלוי פאלקאוויטש

Cover Tracks

S0528 - סוד של משקה (2)7:05
S0528 - סוד של משקה - לוי פאלקאוויטש7:51

ביים צמח צדק האט דער סיפור פאסירט,
ווען מיט חסידים א פארברענגען געפירט.
די חסידים מיט דארשט געטרונקען,
אין טיפע מחשבות פון חסידות פארזינקען.

מ'גיסט אן גלעזלעך משקה, איינס נאכן צווייטן,
די שמחה טוט זיך גאר שנעל פארשפרייטן,
מיט הארציגע ניגונים געזאנגען,
אבער פלוצלינג, די משקה איז אויסגעגאנגען.

מ'קוקט און מ'זוכט, און עצות מ'קלערט,
יעדן פלאש אויפן טיש שוין איבערגעקערט,
באשעפער, מ'וויל זיך פרייען למען שמך,
נישט דא מיט וואס, לְהַשְׁקוֹת צְמֵאֵי חֲסִידֶיךָ.

דער צמח צדק בעט פון א חסיד גאר געטריי,
זלמ'לע, טו א טובה, ברענגען משקה גיי.
גלייך נאכן רבינ'ס באפעל געשווינד,
ער לויפט אין די גאסן זוכן בראנפן אצינד.

ס׳שפעט אין די נאכט, נישט אפן קיין געשעפט,
פון די גוטע שארפע סחורה, וואו מ'טרעפט.
ער זעט פונדערווייטן, ס'איז ניכר,
עס קומט אים אנטקעגן, איוואן דער שיכור.

ער גייט דארט אזוי, מיט וואקלדיגע טריט,
אין די הענט א באטל וואדקע, מיט א גוטן אפעטיט.
אזא אוצר ער טוט פארמאגן,
הלואי, הלואי, פארן רבי'ן צו טראגן.

לאמיך נאר מיט אים דעם געשעפט שליסן,
און ביים פארברענגען וועט זיך ווייטער די משקה גיסן.
צום שיכור לויפט ער צו, די מקח צו מאכן,
אבער דער גוי, טוט אים אין פנים לאכן.

ניין ניין ניין, שרייט ער, בשום אופן,
דאס פלעשעלע וועל איך דיר נישט פארקויפן.
ער כאפט עס אן, לאזט עס נישט ארויס פון האנט,
זלמ'לע שטייט און העכערט דעם פרייז נאכאנאנד.

ביז פופצן רובל, טַבִין וּתַּקִילִין,
אזא געלעגנהייט וויל ער נישט פארשפילן.
מער פון דעם האט ער שוין נישט אין זיין טאש,
אבער איוואן דער שיכור איז נישט מוותר אויפן פלאש.

זאגט אים זלמן, א קשיא מיר עס פלאגט,
פארוואס האסטו פופצן רובל אפגעזאגט.
זיך באנארישט אויף אזא פרייז,
וואלסט געקענט דערמיט קויפן די האלבע גאס.

איוואן, ביסט נישט קיין נאר, דיין קאפ ארבעט גוט,
וואלסט געקענט ווערן אן עושר אין איין מינוט.
קוק ארום די אלע הייזקעלעך קליינע,
זיי וואלטן יעצט געקענט גאר ווערן דיינע.

איוואן קוקט צוריק מיט א בליק פון רחמנות,
און ענטפערט אים מיט שפאס און ליצנות.
אוי זלמ'לע, אוי זלמ'לע, דו נאַר איינער,
מיט דעם פלעשעלע ווערט גאנץ פעטערבורג מיינער.

איך טרינק מיט א געשמאק און איך ווער גאר הויך,
איך קען דערזען וואס איך וויל אין מיין מח.
איך קען גאר שפירן ווי דער צאר, ווי א גביר,
דעמאלטס בין איך בעל הבית, און ס'האט נישט קיין שיעור.

ר' זלמן לויפט צוריק צום רבי'ן מיט זריזות,
דער עולם באטראכט אים, די משקה וואו איז עס?
רבי, קיין בראנפן האב איך נישט, א שאד,
אבער איך האב מיטגעברענגט אן אנדערע אוצר אנשטאט.

דער סוד פון משקה, טו איך שוין פארשטיין,
איך האב עס מקבל געווען פונעם שיכור אליין.
ווען מ'איז בשמחה, אויפגעלייגט,
דעמאלטס גאר הויך דער מענטש ער שטייגט.

גארנישט איז צו גרויס, גארנישט איז צו שווער,
מיט שמחה קען מען דערגרייכן מער און מער.
די כוח פון שמחה ווערט קיינמאל אפגעשטעלט,
און דעמאלטס קען מען האבן די גאנצע וועלט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection