Download PDF

ר' שמחה

מיכאל שניצלער

Original Track

ר' שמחהמיכאל שניצלער

זאנוועלע דער טרעגער,
א טיכטיגער א פעאיגער,
שעפן, שלעפן וואסער פלעג ער.
אויפן רוקן מיט א ברעטעלע,
אין ביאליסטאק, א קליינטשיג שטעטעלע.
געשריגן אין די אידישע גאסער,
ווער וויל קויפן פרישע וואסער.

געארבעט שווער און ביטער,
דעם רבי’ן פרעגן טוט ער,
איך זוך א שותף גאר א גוטער.
ווייל וואו איך גיי אזוי, קרעכץ איך מיר,
איך קען שוין מער נישט קריכן די טרעפן,
ווייל מיין רוקן שוין ברעכט זיך מיר,
איינער דארף מיר העלפן שלעפן.

זאנוויל, כ’האב א שותף פארלעסליך,
ער וועט דיר העלפן ווי א מומחה.
פון יעצט אן ווען דו שלעפסט די פעסלעך,
נעם מיט דיר מיט ר’ שמחה.

זאנוויל זוכט גראד,
לויפט ארום אין שטאט,
ווער הייסט דא ר’ שמחה.
ער ווערט געוואויר גלייך,
נישט דא אזא זאך,
ר’ שמחה.

נאר א איד אן אלטער,
ווען ער גייט פאלט ער,
עס קען דאך נישט זיין דער ר’ שמחה.
ער לויפט ארום און קריכט און זוכט,
ר’ שמחה.

געט מען אים א ווייזעלע,
אויף א קליין הייזעלע,
דארט געוואוינט אמאל ר’ שמחה.
אבער זוכן אנפאנג נישט,
ווייל ער לעבט שוין לאנג נישט,
ר’ שמחה.

צוריק צום רבי’ן גייט ער,
מיט געוויין שרייט ער,
איך קען נישט טרעפן דעם ר’ שמחה.
אוי רבי, ערקלער עס, ווער איז,
ר’ שמחה.

זאנוויל, ס’שטימט באלד נישט,
מיין ר’ שמחה פאלט נישט,
ער הייבט נאר יעדן אויף ר’ שמחה.
א שמייכל א באחנטער,
פרייט זיך, קיינמאל וויינט ער,
ר’ שמחה.

גאר גאר א הייליגער,
נישט קיין צייטווייליגער,
ער לעבט דאך אייביג, מיין ר’ שמחה.
כ’האב געמיינט די נקודה, די הייליגע מידה,
פון שמחה.

נעם עס אלעמאל,
אין יעדן בארג און טאל,
איבעראל נאר מיט ר’ שמחה.
וואס שמחה קען, קען קיינער,
נאר איינער,
ר’ שמחה.

עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה,
קול חתן וקול כלה וקול קול קול שמחה,
מצוה גדולה להיות בשמחה, בשמחה תמיד.

עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה,
הוי מקבל את כל האדם בשמחה,
מצוה גדולה להיות בשמחה, בשמחה תמיד.

אידעלע, טראכט אריין גוט,
ס'וועט דאך נאך זיין גוט,
נאר מיט שמחה, נישט געדאגהט.
דו ווייסט דו האסט נאר איין טרייסט,
מיט שמחה איז השם עִמך.
וואו דו שטייסט און וואו דו גייסט,
נעם מיט דיר מיט ר’ שמחה.

וואס דו טראכסט און ווילסט,
וואס דו מאכסט און טוסט,
טו עס נאר מיט ר’ שמחה.

זיי פרייליך און נישט פאר’צרה’ט,
אין בית המדרש, אין גאס, אין שטוב.
אפילו ביסט פארפלאגט און טרוד,
געדענק, ר’ שמחה האט דיך ליב.

עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה,
קול חתן וקול כלה וקול וקול שמחה,
מצוה גדולה להיות בשמחה, בשמחה תמיד.

עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה,
הוי מקבל את כל האדם בשמחה,
מצוה גדולה להיות בשמחה, בשמחה תמיד.

אפילו עס גייט נישט גוט,
מאכסט חלילה מיט,
פארגעס נישט פון דיין חבר ר’ שמחה.
אויב עס גייט א טרער, מאך זיכער אז ס’איז ער,
ר’ שמחה.

אידעלע, געדענק גוט,
האסט דאך שוין געזען גוט,
גארנישט גייט נישט אן ר’ שמחה.
נישט דא נאך אזא פריינט וואס שיינט,
ווי ר’ שמחה.

אין דעם שווערן גלות,
מיט אונז אלעמאל איז,
מיטגעגאנגען דער ר’ שמחה.
וואו וואלטן מיר געווען, וויאזוי אויסגעזען,
אָן שמחה.

אידעלעך, גרייט אייך, אידעלעך, פרייט אייך,
אט קומט שוין די אמת’ע שמחה.
אין ירושלים, לחיים,
מיט שמחה.

שוין ביים שוועל שטיי-מיר,
אט אט שוין גיי-מיר,
מקבל זיין דעם גאסט מיט שמחה.
מלך המשיח’ן, אינגיכן,
מיט ר’ שמחה.

עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה,
קול חתן וקול כלה וקול וקול שמחה,
מצוה גדולה להיות בשמחה, בשמחה תמיד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection