Download PDF

אביי ורבא

ליפא שמעלצער

Original Track

אביי ורבאליפא שמעלצער

Cover Tracks

S0532 - אביי ורבא - ליפא שמעלצער7:25

אָדָם אוֹמֵר דָבָר שְׁמוּעָה מִפִּיו,
שִׂפְתוֹתָיו דוֹבְבוֹת בַּקֶבֶר.
א מענטש דא אין א קורצע צייט, גרייכט א באגריף,
וואס אייביג בלייבט מֵעַל וּמֵעֵבֶר.

א מענטש אויף דער וועלט לערנט,
מאכט א גרויסע טויש,
דער ניגון קען א הארץ אין מארס נאך ציפן.
טויזנט יאר ארום, א דור פון יואל צו "מויש",
דיין אייניקל מיט דיין ליפן.

פון רב ושמואל ביז ריבניץ אדער כפר חב"ד,
פון דער הייליגער וואלאזשינער צו חסידישע יונגעלייט,
גייט נאך אן די זעלבע דף מיט געשמאק,
וואס געלערנט אין קראלי, צפת, איראק.

אזוי האב איך געהערט פון דער גבאי פון דער הייליגער ריבניצער, אז רבי חיים זאנוויל פלעגט זינגען.

תורה תורה תורה תורה, תורה הקדושה.
אביי ורבא, אביי ורבא, אביי ורבא קדישא.

מיר וואוינען דא נישט לאנג, דאך עס שפירט נישט וואר,
ווייל ישיבות און שולן שטייט אויף יעדע געסל.
אין איראק געוואוינט דער איד
צוויי טויזנט זעקס הונדערט יאר,
ישיבות לענגער ווי דא און אין יוראפ.

די אכט הונדערט יאר גמרא
וואס מ'האט דארט אין ישיבה שטודירט,
אויך די זאמד ארום האט שוין פארגעסן.
מחלוקת אמוראים וואס מ'האט דארט געפירט,
בלייבט און וועט אריינגיין אין קאפ.

ווייל די ווענט, און הייזער וואס מ'האט פארברענט,
קען נישט לעשן די ווערטער פון יארן טרערן און בלוט.
לערנט א איד, א נייע קוועטש, א דריי די הענט,
קומט דער זיידע, די ליפן שעפשעט מיט.

תורה תורה תורה תורה, תורה הקדושה.
אביי ורבא, אביי ורבא, אביי ורבא קדישא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection