אויפן פריפעטשיק
Original Track
אויפן פריפעטשיק
Cover Tracks
S0533 - אויפן פריפעטשיק (2) (3)3:58
S0533 - אויפן פריפעטשיק (2)1:50
S0533 - אויפן פריפעטשיק - איינס צוויי דריי פיר עס איז שוין צייט5:47
אויפן פריפעטשיק, ברענט א פייערל,
און אין שטוב איז הייס.
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך,
דעם אלף בית.
זאגט'זשע, קינדערלעך,
געדענקט'זשע טייערע,
וואס איר לערנט דא.
זאגט'זשע נאכאמאל, און טאקע נאכאמאל,
קמץ אלף - אָ.
לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
אזוי זאג איך אייך אן.
ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי,
דער באקומט א פאן.
לערנט, קינדער, האט נישט מורא,
יעדער אנהייב איז שווער.
גליקליך דער וואס האט געלערנט תורה,
צי דארף א מענטש נאך מער.
אז איר וועט, קינדער, עלטער ווערן,
וועט איר אליין פארשטיין,
וויפיל אין די אותיות ליגן טרערן,
און וויפיל געוויין.
אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן,
אויסגעמוטשעט זיין,
זאלט איר פון די אותיות כח שעפן,
קוקט אין זיי אריין.
