אידעלע
יוסף משה כהנא
Original Track
אידעלע, האב קיין מורא,
ווייל דו ביסט נישט אליינס.
דער איד מיט די תורה,
מיט'ן באשעפער זענען איינס.
וואו א איד גייט,
דער באשעפער אים באגלייט.
ווען נאר ער שרייט,
דער בורא אים פארשטייט.
אונזער טאטע איז ער,
מיר דארפן גארנישט מער.
א קינד אפילו נאר קלערט,
דער טאטע אלעס הערט.
טאטע, איך בין דיינס,
אני לדודי.
כביכול, דו ביסט דאך מיינס,
ודודי לי.
איך האב קיינמאל נישט קיין שרעק,
אפילו איך פאל אין טיפן גרוב.
א טאטע ווארפט קיינעם נישט אוועק,
ער האט יעדעס קינד די זעלבע ליב.
אוֹרַיְיתָא וְיִשְׂרָאֵל,
וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַד.
געקניפט און געבינדן אויפאמאל,
לעולמי עד.
אידעלע, האב קיין מורא,
ווייל דו ביסט נישט אליינס.
דער איד מיט די תורה,
מיט'ן באשעפער זענען איינס.
דער באשעפער א חתן אויסגעקליבן,
און א כתובה געשריבן.
די תורה מלמעלה,
אונז געשענקט איר פאר א כלה.
די תורה צו זיין משיג,
הארעווען זיי זייער פלייסיג.
האסט א פאלק ערשטקלאסיג,
פאר דיין טאכטער זייער פאסיג.
אפילו מען יאגט און מען טרייבט,
אין דעם גלות ארויף און אראפ.
מיט די תורה צוזאמען ער בלייבט,
ער לאזט זיין כלה נישט אפ.
דער זיסער גמרא ניגון,
האט אונז אלעמאל באגלייט.
נישטא קיין גרעסערע פארגעניגן,
ווי ווען א שווערע תוספות מען פארשטייט.
די שונאים האבן פארגאסן בלוט,
אויף די תורה צו לייגן א יד.
איינער אויפ'ן צווייטן היט,
אורייתא וישראל חד.
אידעלע, האב קיין מורא,
ווייל דו ביסט נישט אליינס.
דער איד מיט די תורה,
מיט'ן באשעפער זענען איינס.
וואו מען האט דעם איד געפירט,
פון זיין אמונה זיך נישט גערירט.
אין דעם גרעסטן און ערגסטן בראך,
חֲבוּקָה וּדְבוּקָה בָּךְ.
אזא וועג א לאנגן,
מיט צרות אן א שיעור.
אזויפיל יאר דורכגעגאנגען,
און זיי זיצן און ווארטן נאר אויף דיר.
האסט דאך צוגעזאגט און געשוואוירן,
ואל יאבד - קיינמאל.
ס'וועט נישט ווערן פארלוירן,
האומרים שמע ישראל.
מען מעג יאגן, מען מעג טרייבן,
אין דעם גלות הנורא.
וועלן מיר צוזאמען בלייבן,
מיט דיר און מיט די תורה.
אפילו ס'איז ביטער און שלעכט,
בְּיָדְךָ אַפְקִיד רוּחִי.
בלייב איך דיין אייביגער קנעכט,
עַבְדָא דְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא.
מיר ווערן נישט נתפעל,
שלא אחד בלבד.
ווייל אוֹרַיְיתָא וְיִשְׂרָאֵל,
וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַד.
אידעלע, האב קיין מורא,
ווייל דו ביסט נישט אליינס.
דער איד מיט די תורה,
מיט'ן באשעפער זענען איינס.
