Download PDF

בחור אין ישיבה

יונתן שווארץ

Original Track

בחור אין ישיבהיונתן שווארץ

לחן: יוסי גרין | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע נשמה (תשס"ז)

זיצט זיך א בחור אין הייליגע ישיבה,
ער פילט זיך אינגאנצן אינדרויסן פון סביבה,
די גאנצע ישיבה מיינט דאך גארנישט מיר,
ער האלט נישט מיט קיין איין איינציגע שיעור.

אין די גאנצע ישיבה קלינגט א קול תורה,
א קשיא, א תירוץ, א ראיה לכאורה,
ללמוד לשמור לעשות ולקיים,
אויף אלע בחורים זעט מען אן אמת'ע שמחת החיים.

ס'איז די טעג פון שלושת ימי הגבלה,
יעדער זיצט און הארעוועט מיט גרויס עמלה,
פאר קבלת התורה גרייט מען זיך צו,
ביז שפעט ביינאכט, פון פארטאגס זייער פרי.

הייליגער באשעפער, איך וויל אויך זיין ערליך,
אבער ס'גייט מיר אזוי שווערליך,
הייליגער באשעפער, איך בעט דיך געטריי,
פארוואס און ווי לאנג נאך וועל איך זיין אנדערש ווי זיי.

יעדער גייט שלאפן שפעט ביינאכט,
א גמרא אין בית המדרש האט ער אויפגעמאכט,
ער מישט און מישט, בלאט נאך בלאט,
ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט פשט.

ער פאלט אויפן גמרא מיט גרויס געוויין,
מיין צער, ווער קען דען פארשטיין,
נאר די תנאים אמוראים אליין.

איך בעט ענק, הייליגע תנאים, הייליגע אמוראים,
גייטס אין הימל און בעטס פאר מיר,
מיין צער איז גרויס אן א שיעור.
ס'גיסט זיך ווי א טייך א טרער נאך טרער,
ער וויינט ביטער, אן א אויפהער,
ווי לאנג וועט מיר נאך גיין אזוי שווער.

איך בעט דיך, הייליגער תנא רבי עקיבא,
דו פארשטייסט דאך מיין צער אין ישיבה,
דו האסט דאך געזען ווי ס'רינט וואסער אויף א שטיין,
האסטו איינגעזען, ס'איז קיינמאל נישט שפעט, ניין.

טייכן טרערן, איך פארגיס אויף דיין גמרא,
איז בעט פאר מיר, א תפילה קצרה,
אז ותן בליבי בינה להבין,
ס'זאל נתקיים ווערן וַהֲסִירוֹתִי לֵב הָאָבֶן.

איז אבינו אב הרחמן, בעט איך מיט כוונות,
טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות,
המרחם רחם עלינו,
עפן מיינע אויגן, והאר עינינו.

איז והאר עינינו בתורתיך,
ודבק ליבנו במצותיך,
באשעפער, נעם מיך נענטער צו דיר,
דיין תורה איז דאך אויך געגעבן געווארן פאר מיר.

איך האב פראבירט און פראבירט אזויפיל מאל,
דורכגעפאלן אן א צאל,
יעדן זמן הייב איך אן פון פריש,
הייליגער באשעפער, ס'גייט מיר נישט.

חז"ל זאגן אונז דאך צו אזוי,
אִלְמָלֵא הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, עוֹזְרוֹ,
אָן דיר באשעפער אינו יכול לו.

איך בעט ענק, הייליגע תנאים, הייליגע אמוראים,
מיין צער איז גרויס אן א שיעור,
גייטס אין הימל און בעטס פאר מיר.
ס'גיסט זיך ווי א טייך א טרער נאך טרער,
ער וויינט אזוי ביטער, אן א אויפהער,
ווי לאנג וועט מיר נאך גיין אזוי שווער.

ס'איז דורכגעגאנגען א תקופה,
ס'ווערט נתמלא זיין שאיפה,
ער הארעוועט און ער פארשטייט שוין פשט,
ער לערנט א בלאט נאך א בלאט.

ער פילט גאר א טעם א זיסע,
ער באקומט שוין די בעסטע חברותא.
ער הייבט אן פילן אין לעבן א טעם,
מיט א חיות און מיט א פלאם.

ער פילט א חיים, א חיים,
ער לערנט די הייליגע תורה.
ער פילט א חיים, א חיים,
ער איז צוגעבינדן צו דעם בורא.
א חיים, א חיים,
זיין לעבן איז א נייער בילד.
ער פילט א חיים, א חיים,
מיט שמחת החיים אנגעפילט.

ער ווערט דער בעסטער בחור אין ישיבה,
הוא הודה, הוא הדרה, הוא זיוה.
יעדער קוקט אויף אים ארויף,
א גאון וואקסט ער אויף.

פילט זיך אינדערהיים אין יעדע סוגיא,
צי דאס חצי שיעור, צי דאס מיגו.
הלכות שבת וואקסט ער א בקי,
לערנט אן קיין הפסקה.

א שידוך געטון גאר א גוטן,
א חשוב'ע כלה און מחותן.
א חתונה אזוי דערהויבן און גוט,
די תורה טאנצט דארט מיט.

געגאנגען אין כולל להוראה,
כִּי לוֹ נָאֶה, כִּי לוֹ יָאֶה.
יָדִין יָדִין, יוֹרֶה יוֹרֶה,
געוואקסן א גדול בתורה.

ער פילט א חיים, א חיים,
ער לערנט די הייליגע תורה.
ער פילט א חיים, א חיים,
ער איז צוגעבינדן צו דעם בורא.
ער פילט א חיים, א חיים,
זיין לעבן אזא שיינע בילד.
ער פילט א חיים, א חיים,
מיט א שמחת החיים אנגעפילט.

ער איז א דוגמא וואס יעדער זעט,
ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.
יעדער קען וואקסן און שטייגן,
מ'דארף נאר כוחות לייגן.

א תפילה צום בורא כל עולמים,
בבית השם לאורך ימים.
א שמחת החיים נאך און נאך,
יוסיפו לך.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection