Download PDF

בן תורה

הערשי ראטענבערג

Original Track

בן תורההערשי ראטענבערג

איך ארבעט אזוי שווער אגאנצן טאג,
אבער נישט דאס איז מיין שטרעבן.
די שעות תורה וואס איך פארמאג,
דאס איז די שענסטע צייט אין מיין לעבן.

איך בין נישט קיין שוסטער, ניין ניין.
איך בין נישט קיין שניידער, ניין ניין.
איך בין נישט קיין סטאלער, ניין ניין.
איך בין א בן תורה, יא יא.

איך בין נישט קיין קעכער, ניין ניין.
און אויך נישט קיין בעקער, ניין ניין.
איך בין נישט קיין בלעכער, ניין ניין.
איך בין א בן תורה.

תורה, דו פארנעמסט ביי מיר די גרעסטע פלאץ.
תורה, איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ.
תורה, תורה הקדושה.

תורה, דו פארנעמסט ביי מיר די גרעסטע פלאץ.
תורה, איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ,
תורה, תורה הקדושה.

איך בין נישט קיין האלץ-האקער, ניין ניין.
נישט א וואסער-טרעגער, ניין ניין.
איך בין נישט סתם א קנאקער, ניין ניין.
נאר איך בין א בן תורה, דאס יא.

איך בין נישט קיין עלעקטריקער, ניין ניין.
און נישט קיין קאמפאזיטער, ניין ניין.
איך בין נישט קיין טעכניקער, ניין ניין.
נאר איך בין א בן תורה.

תורה, דו פארנעמסט ביי מיר די גרעסטע פלאץ.
תורה, איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ,
תורה, תורה הקדושה.

הייליגע תורה, דו פארנעמסט ביי מיר
די גרעסטע פלאץ, איי תורה.
איך האב דיר ליב מיט מיין גאנצע הארץ,
תורה, תורה הקדושה.

איך ארבעט אזוי שווער אגאנצן טאג,
אבער נישט דאס איז מיין שטרעבן.
די שעות תורה וואס איך פארמאג,
דאס איז די שענסטע צייט אין מיין לעבן.

איך ארבעט אזוי שווער אגאנצן טאג,
אבער נישט דאס איז מיין שטרעבן.
די שעות תורה וואס איך פארמאג,
דאס איז די שענסטע צייט אין מיין לעבן.

כי הם חיינו, ואורך ימינו, ובהם נהגה יומם ולילה.

איך בין טאקע א שוסטער,
יא, איך ווייס איך בין א שניידער,
אבער א וואוילער יונגערמאן,
איך בין א בן תורה!

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection