הלל
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | ערליכע ניגונים - ר' ירמי' דמן (תשכ"א)
אין טבת, א קעלט שניידט די ביינער,
געווען איז עס פרייטאג פארנאכט.
אינדרויסן עס גייט שוין נישט קיינער,
אלץ אין די הייזער פארשפארט.
אין איינער א גאס, אין דער טונקל,
גייען דארט אידן אסאך.
שטייט דארט א שול אין א ווינקל,
מיט א גלעזערנעם ליכטיגן דאך.
אין שול איז אצינד א גן עדן,
ס'איז ווארעם און ליכטיג און שיין.
אין תורה היינט וועלן דארט רעדן,
שמעיה און אבטליון אליין.
ביים טיר שטייט א שמש, א היטער,
און לאזט נישט איעדן אריין.
אריינגיין וואלט וועלן איעדער,
פאר יעדן קיין ארט וועט נישט זיין.
דער שמש ער לאזט דורך די רייע,
די גרעסטע חכמים פון לאנד.
אריינגיין עס קאסט א מטבע,
און יעדער ער געט אים אין האנט.
אינדרויסן עס זענען געבליבן,
נאר היימלאזע ארעמע לייט.
דער שמש, ער האט זיי צעטריבן,
און מוסר'ט און לערנט און שרייט.
איר ווילט דאך די תורה נישט הערן,
איר ווילט זיך אנווארעמען בלויז.
איר וועט נאך אנטשלאפן דא ווערן,
און דא איז א הייליגע הויז.
פלוצלינג גייט צו צו אים איינער,
צעריסן די קליידער דורכאויס.
עס קלאפן פון קעלט זיינע ציינער,
דער פנים פארביטערט דורכאויס.
ער בעט זיך, האט אויף מיר רחמנות,
לאזט מיר אין בית המדרש אריין.
גלויבן מעגט איר אויף נאמנות,
איך וועל אייך באצאלן נאך פיין.
וואס איך פארדין אויף מיין לעבן,
העלפט גיב איך אפ אין מיין הויז.
די צווייטע העלפט טו איך אייך געבן,
און איר העלפט מיר שטענדיג ארויס.
איצט האב איך ביי זיך נישט קיין גראשן,
איך האב נאך היינט גארנישט פארדינט.
הונגעריג האב איך געלאזן,
אין הויז דארט, מיין פרוי און מיין קינד.
עס פאלן פון אויגן טרערן,
דער שמש גיט זיך נישט קיין ריר.
עס איז שפעט שוין, ער וויל מער נישט הערן,
ער שליסט צו די אייזערנע טיר.
עס האבן זיך אלע צעגאנגען,
דער איד איז געבליבן אליין.
ער שטייט ביי דער טיר ווי געפאנגען,
און קען פון איר נישט אוועקגיין.
די ווענט, פון שטיינער געמויערט,
די טירן געפאנצערט פון שטאל.
אומזיסט לייגט ער צו דארט זיין אויער,
ער הערט נישט פון דארטן קיין קול.
און פלוצלינג, ער הייבט אן צו לויפן,
ער לויפט שנעל ארויף אויפן הויף.
עס ציען זיך שטיגן אויף אויבן,
און ער הייבט אן קריכן ארויף.
און ער קריכט ארויף באלד פון אויבן,
און זעט אז ער איז אויפן דאך.
און אונטער די פיס זעט ער שויבן,
מיט גלעזערנע פענסטער אסאך.
ער דריקט צו די שויבן זיין פנים,
און זעט דעם בית המדרש פאר אים.
אט זעט ער די גרויסע רבנים,
אט הערט ער די הייליגע שטים.
די אויגן זיי הייבן אן גלאנצן,
ער פילט שוין נישט דעם גרויסן פראסט.
ער ציט אויס זיין קערפער אינגאנצן,
און דריקט צו דעם פנים צום גלאז.
ער פארשטייט אלץ וואס זיי רעדן,
ער ווערט אזש באגאסן מיט שווייס.
ער מיינט אז ער איז אין גן עדן,
און ווארעם און ליכטיג און הייס.
א שנייעלע הייבט אן צו פאלן,
און נעמט אים פארשיטן אזוי.
ער וועט נישט אוועקגיין, פארפאלן,
עס מעג אים פארשיטן דער שניי.
אין בית המדרש, די ליכט אויסגעגאנגען,
די פינסטערע נאכט איז אוועק.
דער עולם שוין לאנג זיך צעגאנגען,
יעדער צו זיך אין זיין וועג.
עס זענען געבליבן יחידים,
שמעיה און אבטליון אליין.
מיט זיי נאך אביסל תלמידים,
וואס ווילן אהיים גארנישט גיין.
מען שפארט זיך, מען קריגט זיך אין תורה,
עס איז א הלכה זיי שווער.
די איינציגע ליכט אין מנורה,
וויל שוין נישט ברענען אויך מער.
און פינסטער אין שול איז געווארן,
עס קען איינער דעם צווייטן נישט זען.
מען לערנט אין שול שוין פיל יארן,
נאך קיינמאל אזוינס נישט געווען.
זאגט שמעיה צו אבטליון, מיין ברודער,
פארוואס איז עס טונקל אין הויז.
דער האן האט געקרייט שוין איצט ווידער,
די זון האט געמוזט שוין ארויס.
זיי הייבן אן קוקן פון אויבן,
און זיי דערזעען דארט באלד.
ביים קוימען, אריבער די שויבן,
ליגט דארט א מענטשליך געשטאלט.
גע'פסק'נט עס ווערט די הלכה,
אויפן דאך גייט, מען הערט א באפעל.
פיקוח נפש דעם שבת איז דוחה,
מען שארט אפ דעם שניי פון אים שנעל.
מען טראגט אים אראפ שנעל פון אויבן,
מען ווארעמט, מען מונטערט אים גיך.
מען זעצט אים אוועק נעבן אויוון,
און ער קומט צוביסלעך צו זיך.
און ווי זיי האבן דערזען זיין פנים,
און זיי האבן דערהערט זיינע רייד,
האבן זיך די גרויסע רבנים,
אזוי שטארק מיט אים זיך דערפרייט.
זיי האבן צוזאמען געזעסן,
און האבן זיין גרויסקייט געזען.
כדאי, זאגט מען, איז דאן געוועזן,
וואס מען האט מחלל שבת געווען.
און שפעטער אדורך איז פיל יארן,
דער לעבן געביטן ביז גאר.
דער ארעמער איד איז געווארן,
דער חשוב'סטער תנא פון דור.
אויפן הימל האט מען דאן באשלאסן,
די הלכה זאל בלייבן ווי ער.
אז תורה צו קענען און וויסן,
דארף אנקומען זייער שווער.
