זכות תינוקות של בית רבן
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד (תשס"ו)
די וועלט וואס מען זעט,
אלע לענדער, אלע שטעט,
די יבשה און די ימ'ען,
די באשעפענישן צוזאמען.
האלט זיך וואונדערליך,
אין זכות פון די קינדערלעך,
וואס גייען כסדר,
לערנען תורה אין חדר.
בכל מקומות מושבותיהם,
אין העולם מתקיים,
די וועלט קען נאר שטיין בלייבן,
בזכות תינוקות של בית רבן.
די גאנצע וועלט יארן לאנג,
האלט זיך נאר אדאנק,
אין די זכות פון די צאן קדשים,
אִם אֵין גְדָיִים, אֵין תְּיָישִׁים.
יעקב אבינו פארשטייט,
ווען קיין מצרים ער גייט,
אז ס'וועט קומען שווערע צייטן,
הייסט ער פאראויסרייטן.
יְהוּדָה שָׁלַח לְהוֹרוֹת,
אויפצובויען תלמיד תורות,
אין זכות פון תורה און יראת שמים,
נאר אזוי זיך האלטן אין מצרים.
פרעה האט מורא,
פון די קינדער'ס תורה,
הייסט ער קינדער לייגן אין די ווענט,
חלילה צו ווערן פארלענדט.
דער אייבערשטער נעמט באלד,
די קינדערלעך אין וואלד,
זיי זאלן בלייבן לעבן וויל איך,
און געט זיי האניג און מילך.
און ביים שפאלטן די ים,
האבן אלע קינדערלעך צוזאם,
זה קלי געטון אנווייזן,
דו האסט אונז געטון שפייזן.
די גאנצע וועלט יארן לאנג,
האלט זיך נאר אדאנק,
אין די זכות פון די צאן קדשים,
אִם אֵין גְדָיִים, אֵין תְּיָישִׁים.
אידן מוכן ומזומן,
די תורה צו באקומען,
און דער הייליגער בורא,
ער דארף ערבים פאר זיין תורה.
די ערבים די קליינע,
די נשמה'לעך די ריינע,
די יונגע קינדער אויף זיי איז,
געפאלן דעם גאנצן אחריות.
ווען מ'האט דעם משכן באקריגן,
אין דעם ארון לוחות ליגן,
מיט כרובים העכער דעם ארון,
פון קינדער א בילד א קלארן.
דאס איז דער גרעסטער יחוס,
קינדער נעבן לוחות,
די תורה זענען זיי משיג,
און לערנען זייער פלייסיג.
מרדכי הצדיק גייט גראד,
מיט אלע קינדערלעך פון שטאט,
זיי וויינען און פאסטן טאג און נאכט,
די טויערן זאלן ווערן אויפגעמאכט.
מאמעס קומען מיט געוויין,
קינדער, עסן מוזט עטס גיין.
זיי ענטפערן פון גרויס ביז קליין,
ניין, מאמע, ניין.
דער באשעפער פרעגט שוין,
מה קול הצאן?
געוויינען פון שעפעלעך איך הער,
ווער זענען זיי ווער?
די מלאכים וויינען מיט,
אוי באשעפער דו ווייסט גוט,
דאס זענען קליינע קינדער, אן א צאל,
וואס האבן נישט געזינדיגט קיינמאל.
אין זייער זכות,
העלפן אידעלעך מען מוז.
ליהודים היתה אורה,
אין זכות פון זייער תורה.
די גאנצע וועלט יארן לאנג,
האלט זיך נאר אדאנק,
אין די זכות פון די צאן קדשים,
אם אין גדיים, אין תיישים.
ס'וועט בלייבן אין זכרון,
נאך די מלחמה יארן,
אידן איבעראל פארטריבן,
מ'איז קוים לעבן געבליבן.
די רשעים די געמיינע,
ווען מ'זעט א קינד א קליינע,
גלייך צו זיך געגעבן א נעם,
און געשיקט אויף קידוש השם.
ס'האט זיך געמאכט,
שמחת תורה ביינאכט,
די מלחמה איז געווארן שטיל,
אפאר אידן גייען אין שול.
די שול כמעט חרוב אינגאנצן,
הקפות ווילן זיי טאנצן,
די ארון קודש שטייט אויף איר ארט,
זיי לויפן גלייך אהין דארט.
עס פאלט א פחד, א מורא,
ס'איז נישטא קיין ספר תורה,
די רשעים האבן אלעס פארברענט,
ס'איז נישטא וואס צו האלטן אין די הענט.
זיי שרייען געוואלד,
זיי זעען אבער באלד,
ביים טיר א לעכטיגן געשטאלט,
א קינד אפאר יאר אלט.
זיי לויפן געשווינד,
זיי הייבן אויף דאס קינד,
טרערן פון די אויגן רינען,
א לעבעדיגע ספר מ'האט געפונען.
די קליינע נשמה,
איז די איינציגסטע נחמה.
לאמיר טאנצן אלע אויפאמאל,
מיטן עתיד פון כלל ישראל.
בכל מקומות מושבותיהם,
אין העולם מתקיים,
די וועלט קען נאר שטיין בלייבן,
בזכות תינוקות של בית רבן.
די גאנצע וועלט יארן לאנג,
האלט זיך נאר אדאנק,
אין זכות פון די צאן קדשים,
אִם אֵין גְדָיִים, אֵין תְּיָישִׁים.
