משהלע'ס גמרא
יוסף משה כהנא
Original Track
לחן: עתיק | מילים: ר' יוסף משה כהנא | דאס אידישע הארץ (תשס"ז)
א גרויסער טאג, איז היינט ביי משה'לע,
ער פרייט זיך, ער גרייט זיך, צום מארגנדיגן טאג.
צו קויפן א גמרא און לייגן אין קוישעלע,
מיט חשק, מיט שמחה, ווי דער רבי האט געזאגט.
משה'לע, געדענק, א גמרא'לע ברענג,
בבא מציעא, א גרויסע זכיה,
די הייליגע גמרא וועל איך לערנען מיט ענק.
משה'לע דערציילט זיינע עלטערן,
טאטי, מאמי, איך פאנג אן גמרא.
דער טאטע ער הערט, מיט שמחה ער-קוועלט-ער-און,
לויפט נאר, צום ספרים סטאר, פון ר' יהושע.
צוויי דריי שענק, א לעמפעלע הענגט,
דער מוכר געדענקט, אלע ספרים וואס ער ברענגט.
אזא קליינע ארט, וואס פון יעדע סארט,
נאר איינס איז דא דארט.
דער טאטע ער פרעגט ר' יהושע,
צי האט איר א גמרא בבא מציעא.
מיין משה'לע גרייט, גמרא לערנען גייט,
און די הארץ איז פול מיט פרייד.
ס'איז מיר א גרויסע זכיה,
ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא.
מ'האפט און מ'וויל, מ'בעט שטיל,
משה'לע זאל שטייגן פיל.
דער מוכר געט א בליק, ענטפערט צוריק,
מיין געשעפט איז א קליינס, פון יעדע זאך איינס.
געלעגן דא לאנג, א גמרא אין שאנק,
געווארט אויף א קונה ביז נישט לאנג.
קוים אפאר מינוט, הער איך דא טריט,
געקומען א פרוי, געוואלט אויך גענוי.
נישט געטראכט קיין סאך, פארקויפט איר גלייך,
אינטערעסאנט, איך מיין זי איז דיר באקאנט.
און זי האט געפרעגט ר' יהושע,
צי האט איר א גמרא בבא מציעא.
מיין משה'לע גרייט, גמרא לערנען גייט,
און די הארץ איז פול מיט פרייד.
ס'איז מיר א גרויסע זכיה,
ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא.
מ'האפט און מ'וויל, מ'בעט שטיל,
משה'לע זאל שטייגן פיל.
גלייך אין גאס, זעט איר אויפן בארג,
זי איילט זיך, זי האלט זיך, די גמרא שטארק.
שנעל ער יאגט, זיך נאכנישט מדמה,
ווער זענט איר, ער דערקענט איר, זי איז משה'לע'ס מאמע.
זיין אשת חיל, א שאלה געשטעלט,
וואס האסטו פארקויפט, פון וואו האסטו געלט,
מיט שמחה ענטפערט זי, און מיט הנאה קוועלט.
מיין גאלדענע קייט, ביי מיר אזא זכות,
א מתנה פון דיר, ביי משה'לע'ס ברית.
משה'לע זאל לערנען גמרא,
איז וויכטיג, איז ריכטיג, די גרעסטע מטרה.
זאג מיר נאר דו, פארקויפט וואס האסטו,
דו האסט דאך געזאגט, אז דו האסט נישט קיין געלט.
מיט שמחה ענטפערט ער, און מיט הנאה קוועלט.
מיין חתן-זייגער, וואס פון דיר באקומען,
האב איך עס פון האנט אראפגענומען.
משה'לע גרייט, גמרא לערנען גייט,
און די הארץ איז פול מיט פרייד.
טאטע-מאמע האבן די זכיה,
ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא.
מ'האפט און מ'וויל, מ'בעט שטיל,
משה'לע זאל שטייגן פיל.
באצאלן איך וויל, דער מאן געט א זאג,
ושננתם לבניך, מ'זאגט יעדן טאג.
ניין, זאגט זי, ניין, די מצוה איז מיין,
נשים במה קא זכיין, אין גמרא טוט שטיין.
פלוצלינג זאגן זיי ביידע געטריי,
זיך טיילן איז כדאי, די מצוה אין צוויי.
די פנים עס שיינט, די גמרא אין האנט,
זיי האלטן עס ביידע ווי א בריליאנט.
מיט טרערן פון שמחה אן א שיעור,
קומען זיי ביידע אריין ביים טיר.
משה'לע פריש, געט די גמרא א קוש,
און ער נעמט זיך טאנצן, מיט שמחה אינגאנצן.
טאטע-מאמע, ביידע די זכיה,
ברענגען פאר משה'לע א בבא מציעא.
מ'האפט און מ'וויל, מ'בעט שטיל,
משה'לע זאל שטייגן פיל.
