Download PDF

עפשטיינ'ס בעקעריי

מיכאל שניצלער

Original Track

עפשטיינ'ס בעקעריימיכאל שניצלער

בייגעלעך, בייגעלעך, פון עפשטיינ’ס בעקעריי.
בייגעלעך, בייגעלעך, פון עפשטיינ’ס בעקעריי.
ווער וויל קויפן הייסע פרישע בייגעלעך?

ווער וויל קויפן בייגעלעך,
אפאר פיאסטער בייגעלעך,
פריש געבאקן האט מיין טאטע ברויט.

איך בעט אייך, קויפט די בייגעלעך,
הייסע פרישע בייגעלעך,
נעמט ארויס מיין טאטן פון זיין נויט.

אז נישט בלייבט דאס פאר די פייגעלעך,
א שאד די גוטע בייגעלעך,
איך בעט אייך, הערט שוין צו מיין געשריי.

איך געב פאר ביליג, שוין נעם עס,
קויפט פון קלמן קלונימס,
איך קום פון טאטן עפשטיינ’ס בעקעריי,
מיין טאטע איז דאך עפשטיינ’ס בעקעריי.

אינדרויסן דער יונגעלע שטייט,
בייגעלעך, בייגעלעך, שרייען,
קיינער הערט נישט ווי ער שרייט,
ווייל אינדרויסן גיסט רעגן און שנייען.

דאס קינד אויף א שטיין האט זיך געזעצט,
און הייבט אן צו וויינען צו זיך.
די בייגלעך איז אדורכגענעצט,
וויאזוי אהיימגיין קען איך.

וואס צו ווארטן איז נישט דא,
טראכט ער פארצווייפלט,
מ’האט זיך איבער מיר נישט דערבארעמט.
און זעענדיג די שול האט ער זיך שנעל אריינגעאיילט,
כאטש צו ווערן אביסל אנגעווארעמט.

די שול איז געפאקט און איעדער איז שטיל,
דער רב זאגט א פשט אין גמרא.
ער ענדיגט שוין צו און אהיימגיין איעדער וויל,
אט הערט זיך א קול’כל א קלארע.

דער עולם עס לויפט צאם, מ’פרעגט ווער איז ער,
יעדערער קוקט אויף דעם יונגל.
זאגטס נאר, ווער קען אים, ווי קומט ער אהער,
מ’הערט צו די רייד פון זיין צינגל.

ער איז מסביר די דרשה, גאר א טיפן פשט,
דער עולם איז אין א פרייליכע גוסטע.
אן עלטערער איד רופט אים גלייך אין א זייט,
זאג נאר, זאג נאר, וועמענס ביסטו?

מיין טאטע איז פון די בייגעלעך,
ר’ אהרן מיט די טייגעלעך,
איר קענט מיין טאטן, עפשטיינ'ס בעקעריי?

מיט קיכעלעך און פערפעלעך,
גיי איך אין די דערפעלעך,
סחורה ברענגען דארף איך דאך פאר זיי.

מיט פארוויינטע אייגעלעך,
דורכגעווייקטע בייגעלעך,
שטיי איך אין דעם מארק אזוי פארשעמט.

און עטס מיט ספרים, ביכעלעך,
אָן די ברויט און קיכעלעך,
לערנטס דא אין שול אזוי באקוועם.

הער צו, יונגעלע, מיין פלאן,
דו האסט דאך א מח א שארפן.
איך זאג דיר, ס’זאל זיין וואס ס’זאל זיין,
כ’בין גרייט צאלן אלע באדארפן.

פאר דיין טאטן און דיין מאמען,
צאל איך אלץ וואס מ’ברויך,
גרויסע זכותיםלעך האסטו.
מלמדים צו דינגען אויף דעם באצאל איך אויך,
אלעס וועט זיין אויף מיין קאסטע.

זיי ביידע, זיי גייען צו די עלטערן אריין,
זיין איינפאל וויל ער זיי פארשלאגן.
אוודאי בין איך מסכים א תלמיד חכם ער זאל זיין,
ווי קען מען אזא זאך אפזאגן.

דער טאטע מיט די מאמע זיי ווינטשן אים אן,
א פאדעם פון תורה צו שפינען.
מ’קען נישט באצאלן וואס איר האט געטאן,
איר וועט נאך פון דעם פיל פארדינען.

מלמדים געדונגען, דער קליינער מאנט מער,
אינגאנצן א יונגל בן חמש.
יארן דורכגעלאפן, אויפגעוואקסן איז ער,
דער הייליגער מאור ושמש.

דער מאור ושמש, דער הייליגער מאור ושמש.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection