תורה
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשל"ג) | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש (תשפ"ד)
שוין באלד פיר טויזנט יארן,
אז די תורה איז ביי אידן.
נישט דא קיין שום חסרון,
יעדער איז צופרידן.
טייכן בלוט מיט ימען טרערן,
פארגאסן האט דער איד.
און ער האט פאר גארנישט מורא,
זיין געטרייער ליבער תורה,
פארגעסן וועט ער ניט.
אין אלע צייטן, אין אלע ערטער,
וואו עס גייט דער איד,
נעמט ער מיט זיך זיין באשערטער,
און פארלאזט איר נישט.
ווייל וואו מען איז און ווען מען איז,
דארף מען לערנען תורה.
תורה מאכט דעם לעבן זיס,
און פאריאגט די מורא.
איך האב ליב צו לערנען תורה,
נאך און נאך צו לערנען תורה.
תורה איז זיס, תורה איז גוט,
ס’איז די בעסטע זאך.
און צו לערנען תורה,
זענען אלע גלייכע.
בעלי בתים און בני תורה,
ארעמע און רייכע.
וואו מען קען און וויאזוי מען קען,
אלץ איז וואויל און פיין.
הלל זאגט, אפילו מען האט נישט,
רבי עקיבא זאגט, אפילו מען קען נישט,
וואו מען זאל נישט זיין.
גמרא, מדרש און משניות,
מוסר, תהלים אויך.
אלץ איז חשוב, אלץ איז טייער,
און הייליג אין דער הויך.
וואו מען איז און ווען מען איז,
האבן מיר נישט מורא.
דעם לעבן שטעלט מען איין געוויס,
פאר דער ליבער תורה.
איך האב ליב צו לערנען תורה,
נאך און נאך צו לערנען תורה.
תורה איז זיס, תורה איז שיין,
תורה איז די בעסטע זאך.
ווייל וואו מען איז און ווען מען איז,
דארף מען לערנען תורה.
תורה מאכט די לעבן זיס,
און פאריאגט די מורא.
ווייל וואו מען איז און ווען מען איז,
דארף מען לערנען תורה.
תורה מאכט דעם לעבן זיס,
נאר דער ליבער תורה.
