תנו רבנן
אברהם פריד, הערשי וויינבערגער
Original Track
מיין קינד, מיין קינד,
צי ווילסטו הערן די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט.
טאטעניו מיין, יא איך וויל הערן,
די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט.
מיין קינד, מיין טייער קינד,
איך וויל דיר יעצט זינגען,
די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט.
טאטעניו מיין, זינג׳זשע פאר מיר,
די שענסטע געזאנג אויף דער וועלט.
זינג מיט מיר.
תנו רבנן, האבן די רבנן געלערנט,
יאַ-מאַ-מאַ-מאַ מיי-מיי,
יאַ-מאַ-מאַ-מאַ מיי-מיי.
און די געזאנג האט מיין טאטע געהערט,
פון מיין זיידן א יעדן טאג,
ווי ער האט געלערנט מיט די תנועה גאר שיין,
מיט א מתיקות זיך צעזונגען און געזאגט.
תנו רבנן...
מיין קינד, מיין ליבער קינד,
צי ווילסטו הערן די הייליגסטע ניגון אויף דער וועלט.
ליבער טאטעניו מיין, זינג׳זשע פאר מיר,
די הייליגסטע ניגון אויף דער וועלט.
זינג מיט מיר.
תנו רבנן...
מיט דעם געזאנג מיין טאטע לערנט פלייסיג,
און איך טו עס הערן יעדן פארטאגס,
און איך זע שוין ווי ווען איך וועל עלטער ווערן,
לערן איך מיט מיינע קינדערלעך און איך זאג.
תנו רבנן...
טייערע זיידע און ליבער טאטע,
קומטס לאמיר זינגען דעם ניגון פון די גמרא,
יא מיין טייער קינד,
לאמיר לערנען ווייטער און ווייטער,
תנו רבנן...
