אילן אילן
Original Track
לחן: ר' יהושע מענדלאוויטש | מילים: ר' יקיר ברוין | להגדיל (תשס"ב)
אין פעלד שפאצירן גיי מיר, זעענדיג ביימער,
צו ביימער זענען געגליכן די מענטשן.
פונקט ווי דער אילן, אזוי אויך אידן ווילן,
מ'זאל זיי דערמיט בענטשן.
און אויף די ביימער דארטן, שפראצן אלע סארטן,
געשמאקע פירות ממש א וואונדער.
דאס זעלבע בעטן אידן, כסדר תמידין,
אזוי אויך אונזערע קינדער.
זיי זאלן זיין געראטן, און גיין אין אונזער שאטן,
אלע מגדול ועד קטן, אפגעהיטן ווערן פון שטן.
יעדער טאטע און יעדע מאמע,
בעט יְהֵא רַעוָא קַמֵיה,
צו דערלעבן דאס גרויסע גליק, למען לא ניגע לריק.
אוי, יְהֵא רַעוָא, אז זייער אהבה,
זאל זיין צו דיר, טאטע.
אלע פון זיי, זאלן בלייבן געטריי,
יעדעס קינד, זאל האבן א בונד,
צו דיר, בְּכָל שַׁעֲתָּא וְשַׁעֲתָּא.
אוי, ברוב רחמיך, רחם בחסדיך,
האב רחמנות אויף אונז למטה,
אויף די קינדערלעך אויף זיי, אוי הלואי,
יעדעס קינד, זאל זיין געזונט, אלעמאל בְּכָל שַׁעֲתָּא וְשַׁעֲתָּא.
זיי זאלן זיין געראטן, און גיין אין אונזער שאטן,
אלע מגדול ועד קטן, אפגעהיטן ווערן פון שטן.
