א מאמע'ס געבעט
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון (תש"ס)
אין די הייליגע נאכט פון יום כיפור,
א מורא'דיגן סיפור,
ביים בארדיטשוב'ער רב זכותו עלינו יגן.
מען ווארט א שעה צוויי,
אנצופאנגען כל נדרי,
און דער הייליגער רבי וויל עס נאכנישט זאגן.
ער זאגט פארן גאנצן קהל,
א שווערע גזירה איז אויף כלל ישראל,
יעדער זאל פארגיסן הייסע טרערן.
צו בעטן אבינו מלכנו,
קְרַע רוֹעַ גְזַר דִינֵנוּ,
אז די גזירה זאל בטל ווערן.
ער בעט, חננו השם,
יהי רצון מלפני השם,
כלל ישראל זאל געהאלפן ווערן במהרה.
יעדער אן אנדערע סגולה,
צו תשובה, צו צדקה, צו תפילה,
מעבירין את רוע הגזירה.
חננו השם, כלל ישראל איז אין א קלעם,
יעדער בעט תחנונים ובקשות.
מ'בעט אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, בַּטֵל מֵעָלֵינוּ,
אלע שלעכטע גזירות, כל גזירות קשות.
מ'האט כל נדרי אנגעפאנגען,
די גזירה איז דורכגעגאנגען,
דער רבי דערציילט אין וועמענ'ס זכות ס'איז געשען.
א תפילה מיט פשוט'ע כוונות,
דורך אן אשה צדקנית,
וואס אין ווייבער שול האט מתפלל געווען.
אן אלמנה אליין,
מיט א קינד נאך גאנץ קליין,
זיי האבן נעבעך געהאט א ביטער לעבן.
דאס קינד שרייט מיט זיין נויט,
מאמע, א שטיקל ברויט,
און די מאמע האט נישט פון וואו צו געבן.
זי בעט, חננו השם, חננו השם,
הייליגער באשעפער, נאר דו קענסט מיר פארשטיין.
ווען מיין קינד טוט טרערן פארגיסן,
ווערט מיין הארץ צעריסן,
איך קען נישט צוקוקן צו זיין ביטער געוויין.
זי בעט, חננו השם, חננו השם,
דיינע קינדער בעטן פתח לנו שער.
איך הער איין קינד אויפאמאל,
צו דיר וויינט גאנץ כלל ישראל,
איז וויאזוי קענסטו צוקוקן זייער צער.
דער הייליגער רבי פירט אויס,
א תפילה פון הארץ ארויס,
האט געמאכט א גרויסער טומל.
די פרוי האט רעכט באקומען,
איר טענה האט מען אנגענומען,
ס'האט געמאכט א רעש אין הימל.
ווייל א תפילה מיט א קרעכץ,
איז מבטל אלע שלעכטס,
ווייל לֵב נִשְׁבָּר וְנִדְכֶּה.
ביים רִבּוֹנוֹ דְעָלְמָא כּוּלָא,
האט א חשיבות אזא תפילה,
אֱלֹקִים לֹא תִבְזֶה.
איז, חננו השם,
ווייל קרוב השם
לְנִשְׁבְּרֵי לֵב, צו צעבראכענע אידישע הערצער.
מיר שרייען פון הארץ ארויס,
אוי לייז אונז שוין אויס,
דעם ביטערן גלות מאך שוין קורצער.
חננו השם,
דיין בן יחיד צו דיר נעם,
טאטע זיסער, קַח נָא אֶת בִּנְךָ.
בוי אויף דיין הייליג שטוב,
פאר דיין קינד וואס דו האסט אזוי ליב,
אֶת בִּנְךָ, אֶת יְחִידְךָ, אֲשֶׁר אָהַבְתָּ.
חננו השם, רחם נא השם,
על ישראל עמך ועל ירושלים עירך.
האב רחמנות אויף דיין קינד,
און לייז אים אויס געשווינד,
און וְחוּסָה נָא עַל בֵּן אֲהוּבֶךָ.
