אמן יהא שמיה רבה
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | חזק לימי הספירה (תשס"ט)
א יונגערמאן צום דאקטער קומט אריין,
דאקטער, ס'איז שוין א לענגערע זמן,
וואכן לאנג וואס איך פיל נישט גוט,
שוואכקייט און ווייטאגן מאך איך מיט.
דער דאקטער איז בודק זיין מח און הארץ,
ער זאגט אים, דיין מצב איז פינסטער און שווארץ.
ס'איז ליידער, ליידער, נישטא וואס צו טון,
אויף דיין מחלה איז ליידער נישט דא קיין שום מעדיצין.
דער יונגערמאן גייט פון דאקטער ארויס,
פון צער און טרויער גייט ער ממש אויס.
ער שטייט און טראכט מיט גרויס וואונדער,
וויאזוי דערצייל איך, מיין ווייב און קינדער.
ער שטייט אינדרויסן פון דאקטער'ס אפיס,
ער פילט, אט אט זיין סוף איז.
אקעגן דעם אפיס זעט ער א שול,
אפשר קען איך אריינגיין אין איר,
ער בעט רשות פון שומר ביים טיר.
ער זוכט א תהלים אזוי פאר'צער'ט,
די שאפעס זענען אלע פארשפארט.
די בימה, די עמוד געט ער אן עפן,
נישט מעגליך קיין סידור, קיין תהלים צו טרעפן.
די שטענדערס אלע אינגאנצן ליידיג,
דרייט זיך אין בית המדרש אזוי ווייעדיג.
פלוצלינג אויפן טיש זעט ער א צעטל,
ער לויפט גלייך צו יענעם ארט,
ער קוקט אריין וואס שטייט דארט.
טייערע, טייערע אידן,
מענטשן זוכן עצות פארשידן.
מען טוט אלע מיני סגולות,
מען טוט פארשידענע פעולות.
מען קויפט זיך פארשידענע מטבעות,
גראזן, כל מיני קמיעות.
ס'איז חשוב פאר קודשא בריך הוא,
אבער צו איין זאך קומט עס נישט צו.
אמן יהא שמיה רבא,
מברך לעלם ולעלמי עלמיא.
חלילה נישט רעדן ביי קדיש,
וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש.
ער ליינט ווייטער דעם צעטל אזוי,
מענטשן פארן צו רבי שמעון בר יוחאי.
מען פארגעסט וואס עס שטייט אין זיין זוהר,
דער וואס רעדט ביי קדיש, פארשפארט מען אים דעם טויער.
ס'העלפט אים נישט קיין שום סגולות,
ס'ווערט נישט נתקבל זיינע תפילות.
ס'איז מבטל אלע גוטע השפעות,
ס'ברענגט אויף די וועלט גזירות רעות.
וועגן דעם בין איך דא אהערגעקומען,
דער צעטל איז פאר מיר א סימן.
נאר דאס וועט ברענגען מיין ישועה,
'יהא שמיה רבא' וועט ברענגען מיין רפואה.
אמן יהא שמיה רבא,
מברך לעלם ולעלמי עלמיא.
חלילה נישט רעדן ביי קדיש,
וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש.
דער יונגערמאן איז עס מפרסם איבעראל,
בתי מדרשים בכל תפוצות ישראל.
שווערע געלטער משקיע דערין,
אפשר וועט דאס זיין מיין מעדיצין.
די זעלבע צייט צו די דאקטוירים לויפט ער ארום,
די בעסטע דאקטוירים אומעטום.
יעדער זאגט, ס'איז נישטא וואס צו טון,
א שאד לויפן אהער און אהין.
אבער חז"ל זענען מסביר בהבנה,
דער וואס זאגט יהא שמיה רבא מיט כוונה,
קורעים לו גזר של שבעים שנה,
ער באקומט צוריק זיין לעבן א מתנה.
ס'גייט אריבער חדשים שפעטער,
דעם גרויסן דאקטער נאכאמאל זעט ער.
ער פארשטייט נישט וואס דא איז געשען,
קיין שום מחלה קען ער דא נישט זען.
דער דאקטער זאגט, איך מוז מודה זיין דערצו,
אז אצבע אלקים היא.
אן אפענע נס זע איך דא היינט,
ס'מוז נאר זיין א געטליכער האנט.
אמן יהא שמיה רבא,
מברך לעלם ולעלמי עלמיא.
חלילה נישט רעדן ביי קדיש,
וויפיל גוטע גזירות דאס איז מחדש.
