Download PDF

בריוועלע

מאטי שטיינמעטץ

Original Track

בריוועלעמאטי שטיינמעטץ8:32

Cover Tracks

S0551 - בריוועלע (2)9:22
S0551 - בריוועלע - מאטי שטיינמעטץ8:50

אינגאנצן צעבראכן, פארביטערט און פארקלעמט,
ער קען זיך נישט בארואיגן,
קיין נחמה פון קיינעם נעמט,
אוועק פון די וועלט איז דער שרייבער זיין פערזענליכע,
דער מלך בענקט נאך אים, אויף זיין טאלאנט, די אויסערגעווענליכע.

אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו,
יעדע נאכט פאר מיר געשריבן, ארויס פון הארצן טיף.
די בריוון אין זכרון וועלן מיר אייביג פארבלייבן,
די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן, וועט שוין קיינער נישט קענען שרייבן.

א באדינער אין פאלאץ אן איינפאל עס פאלט אים,
ער ווייסט די אלע בריוון וואו זיי זענען באהאלטן.
ער נעמט פון די ארכיוון, די אלע אלטע בריוון,
און לויפט צום מלך צו,
קוק וואס כ'האב געפינען, הט אזנך לי.

ער שטעלט זיך אראפ
און נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען,
דער מלך דערמאנט זיך צוריק,
און ער נעמט זיך וויינען.
די בריוון איז זכרונות, שפע און נסיונות,
וואס ער איז פארביי,
די הארץ, די נשמה אין דעם, וואס נאר איך פארשטיי.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק
די שטימע פונעם שרייבערל אליין.
די שורה'לעך, די זמירה'לעך,
עס נעמט מיך ארום,
און יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך, ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ, דיין געבעט, דורכדעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך,
עס עפנט יעדע טיר,
ווייל יעדע מאל דו ליינסט די בריוועלעך, וויין איך מיט מיט דיר.

בריוועלע, בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו.
בריוועלע, אין יעדן מצב און סביבה'לע,
אנקומען ביז צום מלך, קען מען נאר אזוי.

א שרייבער האט דער מלך געהאט אמאל,
דוד בן ישי, דער נעים זמירות ישראל.
ווי ער האט געשריבן, האט קיינער נישט געקענט,
מיט געגועים און אהבה, מיט די פידעלע אין די הענט.

אין די שווערסטע מצבים געשריבן צום קֵל חָי,
הַשֵׁם מָה רַבּוּ צָרָי, רַבִּים קָמִים עָלָי.
איך לויב און דאנק פאר השם אֱלוֹקָי,
מֶה אָשִׁיב לַה' כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי.

דוד איז מער נישט דא,
אבער כאטש איז אונז פארבליבן,
די הארציגע בריוון וואס ער האט צום מלך געשריבן.
אונז נעמיר די כתבים, אין אונזערע מצבים,
און מיר ליינען דאס איבער,
די אלע צרות וואס דוד איז אריבער.

כאטש ס'איז פריוואטע עניינים וואס דוד איז משורר,
די בריוועלעך זענען אבער דעם אויבערשטן מעורר.
דער בורא טוט לעכצן, הערן ווי מיר קרעכצן,
תפילה לדוד,
דאס איז זיין גרעסטע תשוקה, זיין גרעסטע כבוד.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פון דוד'ל אליין.
די שורה'לעך, די זמירה'לעך,
עס נעמט מיך ארום,
ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די הייליגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ, דיין געבעט, דורכדעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך,
עס עפנט יעדע טיר,
ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.

תהלימ'ל, תהלימ'ל,
כאילו אמרם דוד בעצמו.
תהלימ'ל, ווען א איד פועל'ן וויל אמאל,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection