Download PDF

די טרערן גלעזל

יונתן שווארץ

Original Track

די טרערן גלעזליונתן שווארץ6:45

Cover Tracks

S0555 - די טרערן גלעזל - יונתן שווארץ7:06

לחן: ר' חיים באנעט | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה (תשנ"ו)

מכניסי רחמים, אויף אידישע קינדער קוקטס ארום,
פאר כלל ישראל טוטס ענק אנשטרענגען.
מכניסי דמעה, הערטס אויס אונזער תחינה,
צום כסא הכבוד טוטס עס צוברענגען.

מכניסי דמעה, מיר ווייסן דאס,
אז אויבן אין הימל איז דא א גלאז,
וואס גייט אריין נאר א געוויסע מאס.

עס האלט זיך אין איין פארמערן,
פול מיט אידישע טרערן,
און ווען עס איז פול, וועט מען אויסגעלייזט ווערן.

מיר זענען נאכנישט אויסגעלייזט, פארוואס,
מכניסי דמעה, ווי טיף איז דען דאס גלאז.
מָרָן דְבִּשְׁמַיָא, לְךָ מִתְחַנֵינָן,
האבן מיר דען נאכנישט גענוג געטון וויינען.

ס'האט זיך געגאסן טרערן אן א צאל,
ווען מיליאנען אידן האבן געשריגן שמע ישראל.
ביי די מלחמה יארן, בימים ההם,
ומסרו נפשם על קדושת השם.

און טאמער ס'איז נישט גענוג די טרערן פון זיי,
וויפיל וויינען רְפָאֵנוּ הַ' וְנֵרָפֵא.
ס'ווערט דאך אינגאנצן צעריסן די הרגשים,
ווען יונגע יתומים זאגן קדישים.

טאטע טאטע, וויפיל איז דער גבול,
וויאזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול.
נישט פאר אונזער כבוד טו עס,
שֶׁתָּשִׂים דִמְעוֹתֵינוּ בְּנֹאדְךָ לִהְיוֹת, וְתוֹלִיכֵנוּ קוֹמְמִיוּת.

הייליגער באשעפער, בעטן איך וויל,
אויב דאס גלעזל איז נאכנישט פול,
בעטן מיר אן א קִצְבָה.

דאס גלעזל זאל אנגעפילט ווערן,
אבער נאר מיט אזעלכע טרערן,
וואס קומט ביי א שמחה אדער ביי א מצוה.

זענט עטס דען אמאל דורכגעגאנגען,
ווען טאטע מאמע פירן קינדער אונטער חופה שטאנגען.
וויפיל טייכן טרערן, עס האלט אין איין רינען,
פון חתן וכלה און אלע שושבינין.

און טאמער ס'איז נישט גענוג די טרערן פון זיי,
ווען א מאמע בעט, יהי רצון לפני השם אלוקי.
יעדן פרייטאג צונאכטס, בְּהַעֲלָאַת נֵירוֹתֶיהָ,
ווען אֵם הַבָּנִים מְבַכָּה עַל בָּנֶיהָ.

הִשְׁתַּדְלוּ וְהַרְבּוּ תְּחִינָה,
שטייטס און בעטס ביים הייליגן שכינה.
כִּי צֹאן רוֹעֶה נֶאֱמָן לְמָשָׁל וְלִשְׁנִינָה,
לִשְׁמוֹעַ אֶל הַתְּפִילָה וְאֶל הָרִינָה.

הייליגער באשעפער, וויפיל איז דער גבול,
וויאזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול.
נישט פאר אונזער כבוד טו עס,
שֶׁתָּשִׂים דִמְעוֹתֵינוּ בְּנֹאדְךָ לִהְיוֹת, וְתוֹלִיכֵנוּ קוֹמְמִיוּת.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection