חפץ חיים
ליפא שמעלצער
Original Track
רפאל בן עטל,
ביים עמוד א צעטל,
ביים דאווענען צו האבן אינזין.
דער חפץ חיים ביים בעטל,
לערנט זיין פשעטל,
א רפואה וועט קומען דערפון.
די מחלה נאך היילט נישט,
און דאך מ’פארציילט נישט,
מ’וויל נישט די מאמע זאל ליידן.
נישט מאכן איר ביטער,
נאר זאגן די מוטער,
ווען ס’איז שוין א רפואה אין פריידן.
אוֹי אָנָא, אוֹי אָנָא, שְׁמַע אֶת תְּחִינָתִי,
אוֹי אָנָא, אוֹי אָנָא, שְׁמַע אֶת תְּחִינָתִי,
שִׁיר הַמַעֲלוֹת, אֶשָׂא עֵינַי אֶל הֶהָרִים, מֵאַיִן יָבֹא עֶזְרִי.
דער צדיק גייט שפעטער,
ביי די מאמע זיך בעט ער,
מאמעניו, איר דארפט מיר פארשטיין.
כ’האב געהאפט יעדע רגע,
אז די מחלה, די נגע,
זאל פון אים גיך אראפגיין.
רבי, די תפילות,
און אייערע פעולות,
אויך די סגולות, צוזאמען.
די דאווענען פון ציבור,
שטייגט מיר נישט איבער,
ווי רופט מען נישט אן א מאמען.
ווייל א מאמע, זי בעט זיך אויס,
ישועות, רפואות, געזונט.
דער טאטע, ער הערט אויס,
די מאמע וואס בעט פאר איר קינד.
אוי אידישע ברידער,
עס פאלט שוין א מידער,
וואס האט שוין מיט אונז אלץ פאסירט.
קהילות, די תפילות,
פעולות און סגולות,
מיר האבן שוין אלעס פרובירט.
כאטש מ’איז פארשפארט נאך,
די מאמע זי ווארט נאך,
צו ברענגען פאר אונז פיל השפעות.
ער זאל אוועקנעמען,
פראבלעמען וואס קלעמען,
בעטן מיר, בזכות די אמהות.
אָנָא אוֹי אָנָא, אָנָא אוֹי אָנָא, שְׁמַע אֶת תְּחִינָתִי,
אָנָא אוֹי אָנָא, אָנָא אוֹי אָנָא, שְׁמַע אֶת תְּחִינָתִי,
בזכות שרה, שרה ורבקה, רחל ולאה,
בזכות שרה, שרה ורבקה, רחל ולאה,
שרה ורבקה, רחל ולאה, אִמוֹתֵינוּ.
