כי אתה הוא מלך
יונתן שווארץ
Original Track
מיין טייער קינד, צום דאווענען גרייט זיך צו,
גיי דאווענען צום קודשא בריך הוא.
דיין תפילות איז דאך חשוב פארן בורא,
א קינד וואס לערנט די הייליגע תורה.
אבער טאטע, דיינע תפילות איז דאך זיכער בעסער,
ווייל דיין כוונה איז דאך גרעסער.
דיינע תפילות ווערט דאך זיכער אנגענומען,
צו וואס דארף מען צו מיין דאווענען אנקומען.
מיין טייער קינד, א משל הער זיך צו צו מיר,
א טאטע און א קינד גייען אויף א שפאציר.
זיי בלאנדזשען אין טיפן וואלד אליין,
זיי זוכן א הויז אוואו אריינצוגיין.
זיי קומען אן אויף א פלאץ,
שטייט אן אלטער פאלאץ,
ארומגענומען מיט א גדר פון שטיין.
זיי שטייען אזוי פארטראכט,
פון יעדע זייט פארמאכט,
זיי זוכן א וועג וויאזוי אריינצוגיין.
דרייענדיג ארום זיך נאך און נאך,
גאנץ אויבן באמערקט דאס קינד א קליין לאך.
ער שטייט פון דערווייטנס און ער האט אנטפלעקט,
א שליסל איז דארט אריינגעשטעקט.
טאטע, אפשר איז עס די שליסל פון טיר,
גיי נעם עס אראפ און פרוביר.
ווייל טאמער ס'איז די ריכטיגע שליסל,
וועלן מיר אריינגיין זיך אפרוען אביסל.
דער טאטע הייבט אויף די האנט מיטן גאנצן כח,
דער שליסל איז אבער זייער הויך.
טאטע, ס'פאלט מיר איין אן עצה,
הייב מיך אויף אויף דיין פלייצע.
דער טאטע הייבט דעם קינד אויף,
אויפן פלייצע גייט ער ארויף,
דער שליסל האט ער אראפגענומען.
זייער א גוטע פלאן,
אין פאלאץ זענען זיי אריין,
דער טאטע האט געמוזט צום קינד אנקומען.
קינדערלעך, אייער תפילות טוען דערגרייכן,
אזוי זאגט דאך דער באשעפער אליין.
אלע טויערן קענען ענק אויפמאכן,
מיט ענקער תפילות, מיט ענקער געוויין.
ווייל יעדע אידישע קינד,
איז דאך ריין פון זינד,
עשה למען תינוקות של בית רבן.
אלע תפילות פון כלל ישראל,
ווערט אנגענומען אויפאמאל,
בזכות תינוקות של בית רבן.
קינדערלעך, אונזער תפילות טוען דערגרייכן,
אזוי זאגט דאך דער באשעפער אליין.
אלע טויערן קענען מיר אויפמאכן,
מיט אונזער תפילות, מיט אונזער געוויין.
ווייל יעדע אידישע קינד,
איז דאך ריין פון זינד,
וועגן דעם בעטן מיר אלעמאל.
עשה למען תשב"ר,
פתח לנו שער,
נעם אן די תפילות פון גאנץ כלל ישראל.
