Download PDF

קח סניגור

שרגי געשטעטנער

Original Track

קח סניגורשרגי געשטעטנער7:29

לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' יואל ברוך ווייס | אמן ואמן (תש"ע)

דאס שטעטל פארט אויף רעדער,
ס'איז שוין פארזאמלט איעדער.
מ'פרייט זיך, מ'גרייט זיך, ווי עס פאסט,
אויפצונעמען אזא חשוב'ע גאסט.

די שפילערס, מיט הויכע טענער,
די קינדערלעך, מיט פענער.
צוזאמען אלע, בְּצַהֲלָה, פון גרויס ביז קליין,
מ'ווארט אויפן מלך אליין.

אט אט זעט מען שוין,
דעם גאלדענעם קרוין.
פונדערווייטן, מיט סאלדאטן, ארומגענומען,
דער קעניג איז שוין ענדליך אנגעקומען.

יעדער צוזאמען מיט פרייד,
יחי המלך, מ'שרייט.
מ'זינגט דארט, מ'קלינגט דארט, מיט די גלעקלעך,
ווען פלוצלינג האט פאסירט עפעס שרעקליך.

א שטיינדעלע, א קליינע,
געווארפן האט מען אויפן מלך.
אין כעס ער ווערט, אלעס צעשטערט,
די מצב איז דארט גאר געפערליך.

באפעלט אינגיכן, אויפצוזוכן,
אלע גאסן, מי הוא זה.
די מיליטער, מיט געווער, זוכן אהין און אהער,
ווען ענדליך, טרעפט מען ווער.

א יונגעלע, א זיסע,
מ'וויל אים דן זיין למיתה,
מ'ווארפט אים אין תפיסה,
די סאלדאטן, מ'כאפט אים,
מ'פייניגט אים, מ'צעקלאפט אים,
דאס בלוט מ'צאפט אים.

נאך עטליכע וואכן,
אויסגעדארט און צעבראכן,
פארן משפט, מ'טראגט אים,
דער קעניג, ער זאגט אים,
א מורד במלכות, אחת דתו להמית.

ווען מיטאמאל גיט איינער א זאג,
איך האב געהערט יענע טאג,
דאס יונגעלע געשטאנען נעבן מיר,
מיט יעדעם צוזאמען הויך,
געשריגן מיט די גאנצע כח,
יחי המלך יחי.

אוי קעניג טייערע, זיי מבטל די גזירה,
דו זעסט דאך, מיט רעכט,
ער איז פאר דיר א געטרייע קנעכט.
ס'איז נישט געווען קיין געוואלדעס,
נאר א נארישע מעשה ילדות.
פארדעם האט ער, ביז אהער,
שוין אזויפיל יסורים געקאסט,
און ער האט, אים פריי געלאזט.

על דעת המקום ועל דעת הקהל,
בישיבה של מעלה,
קומט א נשמה, של מטה,
בבושת פנים, מן העבריינים.

אפגעטון עבירות,
געלעבט מיט הפקירות.
דער קטיגור שרייט, חי וקיים,
א מורד במלכות שמים,
מ'דארף אים נעמען, אין גיהנום.

מ'וויל אים שוין טראגן פון דאנעט,
קומט דער סניגור און טענה'ט,
דער מענטש איז א בן עולם הבא.
איך האב אויף דעם קלארע ראיות,
איעדן טאג אין שול, מיט חיות,
געשריגן אמן יהא שמיה רבא.

א כוונה איז דאך דא, ליחדא שמא,
שמא דקודשא בריך הוא.
און אלע עבירות, דאס איז,
ווייל נכנס בו רוח שטות,
אנא עבדא, דקודשא בריך הוא.

די יסורים, די ריטן,
א גאנצע לעבן אפגעליטן,
שוין גענוג איז, אויף די עוונות,
אין גן עדן קומט זיך אים א שטול.

און די טענות, האבן אלע
אנגענומען ביים בית דין של מעלה.
די סניגור, איז דאס אליין,
יתגדל ויתקדש שמיה רבא, אמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection