רפאנו
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: אבי ראטענבערג | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה (תשנ"ט)
די הייליגע חז"ל, די אנשי כנסת הגדולה,
האבן מתקן געווען א תפילה פאר א חולה.
צו בעטן שמע קולנו,
ביי די תפילה פון רפאנו,
והעלה רפואה שלימה לכל מכותינו.
אחינו כל בית ישראל,
אזויפיל פון זיי ליגן נעבעך אין שפיטאל.
הַנְתוּנִים בַּצָרָה אזוי פאר'צער'ט,
אויף א גאנצע רפואה מ'שטייט און ווארט,
די שערי שמים זאל שוין פאר זיי ווערן אויפגעשפארט.
מ'קען דאס אויסהאלטן קוים,
בֵּין בַּיַבָּשָׁה וּבֵּין בַּיַם.
מ'דארף זיך פון די קינדער, פון די משפחה טיילן.
מ'בענקט זיך צום מאמען, מ'בענקט זיך צום טאטן,
זיי זענען געפארן אינדערווייטן,
מֵעֵבֶר לַיָם אין די שפיטעלער זיך אויסהיילן.
המקום ירחם,
ברענג זיי שוין צוריק אהיים,
הער שוין זייער תפילה, הער שוין זייער געוויין.
דו ביסט דאך דער גרעסטער דאקטער, טאטע,
קל מלך רופא נאמן אתה,
הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב, ונאמר אמן.
גייסט אריין צו א חולה, געב אים אביסל חיזוק,
ווינטש א רפואה שלימה, אדער שבת היא מלזעוק.
געדענק ווען דו גייסט צו א חולה אהין,
א גוט ווארט קען אמאל אויפטון,
אסאך מאל איז עס בעסער פון דעם דאקטער'ס מעדעצין.
דערמאנען די הייליגע חז"ל, די הייליגע גמרא,
אֲפִילוּ חֶרֶב חַדָה מוּנַחַת עַל צַוָּארוֹ.
מיט אזעלכע רייד דערפריש-אים,
און נעם אוועק אחד משישים,
ביז ס'וועט אויסגעהיילט ווערן זיינע חושים.
ווען דער דאקטער זאגט, ס'איז חלילה דער סוף,
א איד געט אבער קיינמאל נישט אויף,
ער איז מתפלל צו דעם מלך מלכי המלכים.
מ'בעט א קאפיטל און נאך א קאפיטל,
מ'לויפט צו דעם צדיק, מ'געט א קוויטל,
ער איז מקיים די גמרא, ילך אצל חכם.
המקום ירחם,
באשעפער, ברענג זיי צוריק אהיים,
הער שוין זייער תפילה, הער שוין זייער געוויין.
דו ביסט דאך דער גרעסטער דאקטער, טאטע,
קל מלך רופא נאמן אתה,
הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב, ונאמר אמן.
אפאר יאר אלט, גאנץ א קליין קינד,
און ער ליגט שוין נעבעך זייער נישט געזונט.
די מאמע זי שטייט נעבן בעט,
מיט ליבשאפט דעם קינד זי גלעט,
דברי חיזוק, דברי אמונה פאר דעם קינד זי געט.
הייליגער באשעפער, דאס קינד איז נישט נאר מיינע,
אבינו אב הרחמן, דאס קינד איז דאך דיינע.
למען תינוקות של בית רבן עשה,
קוק אויף מיין קינד, הבט וראה,
ער שרייט דאך צו דיר, רפאנו השם ונרפא.
איך קום פון חדר, מיין טייער קינד,
די חברימ'ס אויגן מיט טרערן רינט,
ביים ספר תהלים זענען זיי מתפלל פאר דיר תמיד.
זיי בעטן ביי דעם הייליגן בורא,
זאלסט ארויסגיין מאפילה לאורה,
דיין נאמען איז געשטאנען געשריבן ביי דעם עמוד.
המקום ירחם,
זיי בעטן זאלסט שוין קומען אהיים,
און בקרוב מיט זיי צוזאמען,
זאלסטו קענען אין חדר גיין.
זיי בעטן ביי דעם גרויסן טאטע,
קל מלך רופא נאמן אתה,
הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב, ונאמר אמן.
מאמע, איך בין זיך נישט מייאש,
די תפילות מאכט אוודאי א רעש.
און בקרוב מיט זיי צוזאמען,
וועל איך אין חדר צוריק גיין.
און אונזערע הערצער וועט מער נישט קלעמען,
מאמע, ס'וועט שוין לאנג נישט נעמען,
השתא בעגלא ובזמן קריב, ונאמר אמן.
המקום ירחם,
באשעפער, טראג מיך צוריק אהיים,
הער שוין מיינע תפילות, הער שוין מיין געוויין.
דו ביסט דאך דער גרעסטער דאקטער, טאטע,
קל מלך רופא נאמן אתה,
הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב, ונאמר אמן.
הַמָקוֹם יְרַחֵם, יְרַחֵם עֲלֵיהֶם,
וְיוֹצִיאֵם מִצָרָה לִרְוָוחָה,
וּמֵאֲפֵילָה לְאוֹרָה, וּמִשִׁעְבּוּד לִגְאוּלָה,
הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב, ונאמר אמן.
