תהלימ'ל
יוסף משה כהנא
Original Track
לחן: ר' בנימין הערשקאוויטש ז"ל | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער (תש"ס)
אין פאלאץ פון קעניג, אלעס שא שטיל,
בלאזט א ווינטל, אינמיטן נאכט פונקט.
שאקלט דאס פידעלע, העכער דעם קעניג'ס שטול,
דער קעניג דערוועקט זיך, מיט איר ער זינגט.
שטיין געבליבן איז די גאנצע יצירה,
הערן געזאנגען פון קעניג אליין,
ווי דוד המלך זינגט שירה,
וואס אפילו מלאכים קענען נישט פארשטיין.
תהלימ'ל תהלימ'ל, אזוי הארציג און טייער,
פון פאסטוך געטרייער, אויף אייביג געוועלט.
פאר אונז אויסגעטרעטן, געוואוסט וואס צו בעטן,
פאר זיינע שעפעלעך, זיי וואס פעלט.
תהלימ'ל תהלימ'ל, דאס טוט אונז באגלייטן,
פון איין לאנד אין צווייטן, וואו מיר גיין.
א איד ווערט מיד, האט ער דעם ליד,
זיין ליבער פריינד, וואס טוט אים פארשטיין.
א איד דארף פרנסה, טוט דאס הארץ אויסגיסן,
ער זוכט א שידוך, ס'גייט אים שווער.
א זון אין ישיבה, ווארט בעסערע גרוסן,
קאפיטל, קאפיטל, א טרער נאך א טרער.
נעבעך א צרה, מ'ווארט א ישועה,
וואס טוט מען, דאס הארץ גייט אויס.
א חולה אין משפחה, מ'דארף א רפואה,
מ'לויפט אין בית המדרש, מ'נעמט די תהלימ'ל ארויס.
תהלימ'ל תהלימ'ל, ווי טוט דיר נישט שטערן,
אזויפיל טרערן, אין דיר איינגעזאפט.
אונזערע ווייען, ביטערע געשרייען,
ווי קענסטו אויסהאלטן אויף דיין טיר מ'קלאפט.
די אלע בקשות, פון צעבראכענע נפשות,
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין.
אן עת רצון טוט ווערן, אין הימל טוט מען הערן,
דאס קול פון דוד המלך אליין.
א גוטע בשורה, ווארט מען צו הערן,
מ'שטייט מיטן תהלימ'ל און מ'בעט.
צום ריכטיגן וועג, וויל א איד צוריקקערן,
די תהלימ'ל ווייזט אים, אז ס'איז קיינמאל נישט שפעט.
אידיש בלוט גיסט זיך, אין אלע גאסן,
אומשולדיגע נשמות, אוי עד מתי.
תינוקות של בית רבן, טוען וועלטן איינרייסן,
אפילו די תהלימ'ל וויינט מיט זיי.
תהלימ'ל תהלימ'ל, ווי טוט דיר נישט שטערן,
אזויפיל טרערן, אין דיר איינגעזאפט.
אונזערע ווייען, ביטערע געשרייען,
ווי קענסטו אויסהאלטן אויף דיין טיר מ'קלאפט.
די אלע בקשות, פון צעבראכענע נפשות,
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין.
אן עת רצון טוט ווערן,
ווען אין הימל טוט מען הערן,
דאס קול פון דוד המלך אליין.
דוד דוד, בעט ביים כסא הכבוד,
נעם דיינע שעפעלעך, ארויס פון גלות.
אויפן שטול גיי ארויף,
דיין פאלאץ בוי אויף,
את סוכת דוד הנופלת.
