Download PDF

א ווינקעלע אין קיעוו

מיכאל שניצלער

Original Track

א ווינקעלע אין קיעוומיכאל שניצלער7:48

הייסע טרערעלעך גיסן זיך אָן אויפהער,
פון די נאסע אויגן זיי פאלן, א טרער נאך א טרער.
פון א ווינקעלע אין קיעוו,
נעמט מען משה’לען אין מלחמה אצינד,
די לעצטע ווערטער פון טאטן צו זיין קינד.

מיין גאנצן לעבן האב איך זיך געמאטערט און געפלאגט,
מיט דיר געלערנט מתוך הדחק, גארנישט פארמאגט.
אויף טריט און שריט, נעם מיט דיר מיט,
דאס געווער וואס א איד האט,
שמע ישראל, השם אחד.

פון טאטן זיך געזעגנט,
פון די ווארעמע סביבה זיך געשיידט.
א נייע וועלט באגעגנט,
פארגעסן פון תורה און אידישקייט.

דער טאטע ליגט קראנק,
עס נעמט נישט לאנג,
דאס קינד פון גארנישט ער ווייסט,
נישט פון א געוויין, און אויך נישט פון א טרייסט.

ס’לויפן דורך די יארן,
ס’ברענט א היץ, ס’ציטערט א פראסט.
פארגעסן פון זכרון,
דעם טאטן וואס האט אים שוין פארלאזט.

דורך די בלאטע אין פעלד,
הויכע שניי און קעלט,
אזא לאנגע פינסטערע נאכט,
מיט בלוט און טרערן אזויפיל דורכגעמאכט.

אין א קאלטן צופרי,
דער קאמאנדיר משה’לען ער וועקט,
די קלעפ, די צער, די פיין, ס’נעמט נישט קיין עק.
תַּעֲשֶׂה וְאַל שֶׁב, היינט צו קיעוו,
אין בית הקברות אריין,
אלע אידישע מצבות אינגאנצן מחריב זיין.

מיט שווערע געפילן באטראכט ער קבר נאך קבר,
קיעוו, מיין אייגענער שטאט, באנעמט אים יעדן אבר.
פלוצלינג זעט ער, ער טרעט צו נענטער,
די האק פאלט ארויס פון זיינע הענט,
א פחד א שרעק, ס’איז זיין טאטנס נאמען ער דערקענט.

אויפן טאטנס ציון, מיט טרערן, ליגט ער אויסגעשפרייט,
טאטע, דאס איז משה’לע,
טאטע, ענטפער מיר, ער שרייט.
אונטערן שטיין דעם הארטן, אזוי לאנג טוסטו ווארטן,
איך זאל מיך דערמאנען אין גאט,
שמע ישראל השם אחד.

אין די שווערסטע צייטן, זיי וועלן פארגיסן מיין בלוט,
טאטע, איך וועל זיין שטארק ביז די לעצטע מינוט.
דיין נשמה טהורה, מיטן לערנען תורה,
וועל איך אנקליידן,
ס’זאל זיין א נחת רוח פאר דיר אין גן עדן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection