אן ערליכע ברכה
מיכאל שניצלער
Original Track
Cover Tracks
אינעם קרעטשמע אויפן באנק,
שלאפט א שיכור דארט,
אן אנדערער מיט א געטראנק,
זויפט פון יעדן סארט.
איוואן, אלעקס, וולאדימיר,
דער באלעבאס זאגט נאדיר דיר,
נעמט אריין א גלעזעלע וויין.
און ביים טיר זעט זיך אן,
א אידעלע פלוצלינג.
איך בין זייער דארשטעריג,
און איך דארף א טרונק.
וויין, בראנפן אדער ביר,
אפשר ליקער געב'זשע מיר,
אין מויל עפעס צו נעמען אריין.
דער באלעבאס זאגט איין מינוט,
איך ברענג דיר שוין.
מאך נאר גרייט דאס געלט פאר מיר,
אפצאלן דעם לוין.
ער לייגט אראפ זיין טאשקע,
ער גייט יעצט טרינקען משקה,
ער זעצט זיך און ער גרייט זיך אן א שטרוי.
דער באלעבאס ברענגט די ביר,
ער איז גארנישט פויל.
דער איד מאכט נישט קיין ברכה,
נעמט עס גלייך אין מויל.
איינער גיט אים א דערמאן,
מיט א ברכה וואס וועט זיין,
ער כיפערט שנעל, שהכל נהיה בדברו.
און פון דער ווייט,
דער צדיק אין א זייט,
ער זעט וואס דא איז געשען.
ער גייט דארט אהין,
און פרעגט, וואס האסטו געטון,
צי ווייסטו וואס יעצט איז געווען.
דו האסט גענומען א אידישע נשמה,
וואס בעט זיין תיקון און ווארט אויף זיין נחמה.
דו האסט זיין תיקון פאר אים יעצט פארשטעלט,
מוז נאכאמאל קומען אויף דער וועלט.
דער אור המאיר, דער הייליגער רבי’ן,
זאגט צום איד, איך וויל מיט דיר רעדן.
דו האסט דאך, אזוי געדארשט נעבעך,
א מוסר שמועס דיר געב איך.
די נשמה ליידט דא אפ,
ווען ער קומט אראפ,
מגולגל ווערט ער אויף דער וועלט.
מיט פיל מורא,
אין א שעורה,
א גערשטעלע, פארווארפן אין פעלד.
ער בעט אז גוים זאלן אים נישט נעמען,
ער וויל נישט נאכאמאל האבן די פראבלעמען.
ווייל אויב מ’מאכט נישט, אויף אים א ברכה ערליך,
מוז ער דאך ליידן געפערליך.
ער ווארט צו קומען אין א אידישע משפחה,
וואו מ’וועט מאכן דארט אן ערליכע ברכה.
ער וועט זיין תיקון געפינען דא אין פריידן,
דערנאך ארויפגיין אין גן עדן.
ווען פלוצלינג קומט א אידעלע,
און נעמט אים אין זיין האנט.
צוזאמען מיט נאך גערשטעלעך,
בינדט ער צאם א באנד.
די נשמה פרייט זיך,
צו זיך אליין ער שרייט זיך,
אין גן עדן גיי איך שוין אהיים.
מ’נעמט אים אינעם קרעטשמע,
ער זעט שיכורים זיצן.
ער וויינט און שרייט און בעט,
זיי זאלן אים נישט ניצן.
ער זוכט דארט אויף א ברודערלע,
וואו זעט מען דא א אידעלע,
זאל זאגן ברוך אתה השם.
מ’עפנט אויף דעם גערשטעלע,
מ’נעמט אים דאן אפיר.
מ’לייגט אים יעצט אריין,
אין פיינע פרישע ביר.
ער ווארט דארט אומגעדולדיג,
וואס בין איך דען שולדיג,
אויב די ברכה מ’זאגט נישט ערליך.
ווען דו ביסט אנגעקומען,
בעטן א געטראנק.
די נשמה פרייט זיך,
ס’וועט נישט דויערן לאנג.
פון דער וועלט געזעגנט זיך,
נאכדעם ער באגעגנט דיך,
מאכסטו אים אזוי שווערליך.
א ברכה אפגעכאפט,
אים אזוי צעקלאפט,
ער מוז יעצט אלעס איבערגיין.
יסורים געהאט,
געווען פארווארפן ווייט,
צי הערסטו נישט זיין געוויין.
מיט דיין ברכה, אויפטון האסטו געקענט,
דו האסט געהאט א נשמהלע אין דיינע הענט.
ער האט געוואנדערט, אזא וועג א לאנגן,
זיין תיקון איז יעצט פארגאנגען.
דו האסט נישט מורא פון זיין קפידה,
עס קען גאר זיין דיין טאטע אדער זיידע.
עס קען אויך זיין גאר א נאנטער קרוב,
וועם דו האסט יעצט געמאכט חרוב.
דער איד שרייט ארויס,
איך האלט עס מער נישט אויס,
איך מיין ס’איז מיין טאטע אליין.
אוי אוי, ווי ביטער איז אים יעצט געווען,
ווען מיין טאטע האט מיך אזוי געזען.
עס איז דאך היינט מיין טאטנס יארצייט,
צי האב איך יעצט חלילה אים געשאט.
אוי הייליגער רבי, איך געב אייך מיין הבטחה,
נאר צו מאכן א הויך ערליך ברכה.
יעדעס ווארט קלאר ארויסדרוקן,
איך האף ס’וועט זיין מיין טאטנס תיקון.
יא, עס וועט זיין דיין טאטעס תיקון,
איך האף ס’וועט זיין מיין טאטנס תיקון.
יא, עס וועט זיין דיין טאטעס תיקון.
