Download PDF

א נשמה בלייבט ריין

מיכאל שניצלער

Original Track

א נשמה בלייבט רייןמיכאל שניצלער8:41

לחן: הרב מטשאבע | מילים: ר' אברהם הענדלער | אידן דערציילן (תש"ס)

ס’איז באקאנט דער כלל, וואס שטייט אין חזל,
ישראל, אף על פי שחטא.
א אידישע נשמה, ווערט קיינמאל נישט טמא,
ווייל סוף כל סוף האט מען חרטה.

הער מיין קינד א מעשה, וואס איך דערצייל,
געוועזן א איד, וואס פלעגט פארן.
צום הייליגן רוזשינער, דעם קדוש ישראל,
אין זיינע יונגע יארן.

אסאך צרות נורא ואיום,
האט דער איד נעבעך געהאט.
אוועקגעפארן וואוינען צווישן גוים,
פארגעסן אז ער איז א איד כמעט.

קיין שבת, קיין יום טוב, האט ער נישט געוואוסט,
טריפות געגעסן און געטרונקען.
א לעבן, נעבעך, ליידיג און פוסט,
אזוי איז ער אלץ מער געזונקען.

איין טאג זעט ער א מוראדיגן בילד,
עס פארט א גאנצער וואגן מיט חסידים אנגעפילט.
טייערע אידן, זייט מיר מודיע,
וואו פארט מען יעצט צו די נסיעה.

ענטפערן זיי, בהאי לישנא,
עס קומט פאר א חתונה ביים הייליגן רוזשינער.
א חתונה איז דאך נישט קיין מילתא דשכיחא,
פארט מען יעצט צום רבינ'ס מלוכה.

אוי וויי, געט ער א געשריי,
קוק וואו איך האלט שוין, קוק וואו איך שטיי.
עס פלאמט אויף זיין נשמה, זיין חלק אלוקי,
שפרינגט ארויף און פארט מיט מיט זיי.

גייענדיג אין וועג, כאפט אים אן פחדים,
דאס הארץ טוט אים קלעמען.
ווי פאר איך צום רבי'ן, מיט גוי'אישע בגדים,
וויאזוי וועט מיך דער צדיק אויפנעמען.

ענדליך ענדליך, נאך די ווייטע וועגן,
קיין רוזשין צו די חתונה אנגעקומען.
דער הייליגער רוזשינער לויפט אים אקעגן,
און מיט גרויס אהבה ארומגענומען.

אוי וויי, האב איך נאך דיר געבענקט,
אזוי געוואלט דיין נשמה אויסהיילן.
וואויל איז דעם, וואס האט דיך אהערגעברענגט,
א מעשה לאמיך דיר דערציילן.

ס’איז געווען אמאל צוויי ברידער,
פון איין טאטן און מאמען,
געלעבט אינאיינעם, געוואקסן צונאזאמען.
איינער אנעם צווייטן, זיך גארנישט גערירט,
אזויפיל אהבה האבן זיי געשפירט.

זיי האבן חתונה געהאט, די ברידער די טייערע,
דערנאך האט זיך געטוישט, דאס מזל זייערע.
איינער איז געבליבן ארעם פונקט ווי פריער,
און דער צווייטער איז געווארן א גביר.

דער ארעמער ברודער, האט דאס צוגעקוקט,
מיט קנאה וואס יענער איז אזוי מצליח.
עד כדי כך, אז זיי האבן זיך צעקריגט,
אפילו נישט גערעדט צווישן זיך.

אזוי איז אדורך יארן לאנג,
ביז איין טאג הערט מען א שמחה, א געזאנג.
דער רייכער ברודער האט א שידוך געטון,
ער גייט מאכן חתונה א זון.

ס’איז געקומען פאר די חתונה,
טראכט ביי זיך דער עושר,
ווי מאך איך א שמחה אן דעם ברודער.
אפשר יעצט איז א שעת הכושר,
ער גייט און ער שרייבט אים א בריוול ווידער.

מיין ברודער געדענק, זכור אהבת קדומים,
איך בעט דיך, קום זיך מיט מיר פרייען.
איך שיק דיר דא געלט גרויסע סכומים,
זאלסט שיינע בגדים אויפנייען.

אינגאנצן צעבראכן און פארוויינט,
האט דער ארעמער ברודער דעם בריוול געליינט.
דאס הארץ בענקט אים אזוי און עס רייסט,
אבער ס’האט אים דאך נישט געפאסט.

ער נעמט דאס געלט, און שיקט עס צוריק,
איך גיי נישט צו די חתונה, בשום אופן ניין.
אבער ווי נענטער ס’איז געקומען דער טאג פון גליק,
אלץ מער האט אים געצויגן צו גיין.

אויף דער נאכט פון די חתונה, שלאפן ער לייגט זיך,
אבער זיינע אויגן מיט טרערן ווייקט זיך.
ער שפירט אז ער האלט עס שוין נישט אויס בכלל,
ער הייבט זיך אויף און ער לויפט אין זאַל.

ווי דער ברודער האט אים דערזען,
הייבט ער אן צו וויינען,
פארוואס האסטו געמוזט,
מיט דיינע שלאף קליידער ערשיינען.
ווען דו וואלסט גענומען דאס געלט פון מיר,
וואלסטו געהאט קליידער ווי א גביר.

דאס האט דער רוזשינער דעמאלטס אויסגעפירט,
ר’ איד, די זעלבע האט מיט דיר פאסירט.
דיין נשמה טהורה,
זיך צוריקגעבענקט צום הייליגן בורא.

אבער איין זאך, טוט מיר וויי,
ביסט געקומען צו די חתונה סייווי סיי.
פארוואס האט עס געדארפט זיין אזוי ליידער,
קומען אין די גוי'אישע קליידער.

דער איד האט דעם צדיקס ווערטער דערהערט,
צום הייליגן באשעפער זיך צוריקגעקערט.
געבליבן וואוינען ביים צדיק אלעמאל,
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection