דער גענעראל
יום טוב עהרליך
Original Track
Cover Tracks
מילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ב) | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד (תשנ"ד)
א גליקליכע נאכט,
זיך געענדיגט די לעצטע שלאכט.
בערלין איז באפרייט,
צעקלאפט איז דער שונא,
אין שטאט איז א נייע מאכט.
ראקעטן, מוזיק,
פארן טאנקען אהין און צוריק.
און גאר פרעמדע מענטשן, דריקן די הענט זיך,
און וויינען אזש פון גליק.
אין דעם קעניגליכן זאל,
קומט יעצט פאר א גרויסער באל.
עס פארברענגען, דארט צוזאמען,
גרויסע פירער פון איבעראל.
אמעריקאנער גענעראל,
מיט א רוסישן מארשאל.
א פראנצויזישער מיניסטער,
מיט אן ענגלישן אדמיראל.
און הויך אויפן זאל,
אונטער בליקן פון איבעראל.
אין שענסטן באלקאן, עס זיצט דארטן איינזאם,
א רוסישער גענעראל.
דער העלד פון בערלין,
דער באפרייער פון פראג און וויען.
ער הערט פון דעם זאל, געשרייען פון כבוד,
און גיט נישט קיין בליק אהין.
א סטאטוע קוקט ער אן,
פון דעם גרויסן נאפאליאן.
א שטיק שטיין מיט קאלטע אויגן,
קען נישט רעדן און קען גארנישט טאן.
ער איז אמאל געווען א העלד,
האט מיט אים גע'רעש'ט די וועלט.
פון דעם העלד, וואס איז געבליבן,
א שטיק שטיין ערגעץ אינמיטן פעלד.
דער גענעראל גיט א קלער,
אויך פון מיר וועט נישט בלייבן מער.
ס'וועט שפילן מוזיק, מען וועט טראגן בלומען,
מארשירן וועט מיליטער.
רעדן וועט ווער,
עס וועט פאלן א פריינד'ס א טרער.
און עס וועט דורכגיין א צוויי דריי יארן,
מ'וועט נישט געדענקען מער.
וואס טויג בלומען מיט מוזיק,
ווען פארלאשן איז דער בליק.
נאריש איז דער גאנצער לעבן,
און נישטא דא קיין אמת'ער גליק.
וואס איז דען דער כבוד ווערד,
אז נישט מען זעט און נישט מען הערט.
זיין האנט רייסן די מעדאלן,
און זיי פאלן אראפ אויף דער ערד.
און מיטאמאל,
זעט ער הייזאלאך טיף אין טאל.
און אט דערקענט ער דעם טאטנ'ס הייזל,
און הערט די מאמע'ס קול.
ס'איז פרייטאג צונאכט,
אינדרויסן איז פינסטער שווארץ.
אין הויז איז דאך ליכטיג, א פארגעניגן,
פול איז מיט פרייד די הארץ.
ביי די ברענענדיגע ליכט,
די מאמע'ס גליקליכע געזיכט.
ווען דער טאטע פאר א הענטל,
האט אין שול'כן אים אוועקגעפירט.
ווי געשמאק איז דאן געווען,
יענער דאווענען מיט א ברען.
די שענסטע צייט, וואס אין זיין לעבן,
האט ער אין קליינינקן שול'כן געזען.
ער זיצט און ער טראכט,
ער דערמאנט זיך א שיינע נאכט.
צום הייליגן רבי'ן, האט אים דער טאטע,
אין צימער אריינגעבראכט.
אונטערן ברעם,
האט דער רבי געקוקט אויף אים.
דעם טאטן געזאגט, דיין זון וועט אויסוואקסן
א צדיק אם ירצה השם.
און די מאמע גייט און קוועלט,
ווער דארף כבוד, ווער דארף געלט.
אז מען וואקסט שוין אויס א צדיק,
האט מען די וועלט און סיי יענע וועלט.
ער האט כבוד, דער האט געלט,
און האט קיין גליק נישט אויף דער וועלט.
ער וואלט זיין לעבן אפגעגעבן,
ער זאל וויסן וואס מיינט יענע וועלט.
און פלוצלינג ער זעט,
ווי ער שטייט ביי זיין מאמע'ס בעט.
און איידער אויף אייביג זי איז איינגעשלאפן,
האט זי צו אים גערעדט.
האב נישט קיין שרעק,
וואס איך גיי פון דיר, קינד, אוועק.
איך וועל צו דיר קומען, איך וועל דיר היטן,
גיין מיט דיר אין דיין וועג.
און נישט איינמאל ביי דער נאכט,
איז זי געווען מיט אים אין שלאכט.
און נישט איינמאל אים געמונטערט,
און צום לעבן צוריקגעבראכט.
נישט געווען ווען טון א קלער,
ווי די מאמע קומט אהער.
אז ער ווייסט עס דאך אויף זיכער,
אז שוין יארן אז זי לעבט נישט מער.
א וואלץ פאנגט זיך אן,
שפילט א סאלא דער באריטאן.
עס וועט שוין מער נישט זיין קיין מלחמה,
א נייע צייט קומט אן.
און דער קאנטריבאס,
ברומט זיך אונטער א שפאס, א שפאס.
אלע זיי רעדן שיין וועגן שלום,
אין הארצן איז פול מיט האס.
גענערעלער פון דעם זאל,
שפאנען צו דעם גענעראל.
מען וועט טרינקען פאר זיין כבוד,
מען וועט אנטון אים א מעדאל.
דער באלקאן איז אבער לער,
קיינער ווייסט נישט, וואו איז ער.
אויף דער ערד ליגן צעווארפן,
די מעדאלן זיינע נישט מער.
אדורך איז א צייט,
איבער ימ'ען דארט ערגעץ ווייט.
אין אידישן צענטער אין קליינעם שול'כן,
אין ווינקל פון מערב זייט.
א פרוש זיצט דארט,
הויך דער שטערן און לאנג די בארד.
ער דריקט צו צום הארצן דעם קליינעם תהלים,
און מורמלט שטיל פון דארט.
קיינער ווייסט נישט ווער איז ער,
ווען מען פרעגט אים, שמייכלט ער.
און פון זיינע אויגן פאלן,
הייסע טרערן, א טרער נאך א טרער.
און ער זאגט אז אך און וויי,
זיין א גענעראל ביי זיי.
בעסער זיין א פשוט'ער זעלנער,
אין דעם אויבערשטנ'ס ארמיי.
