כי לא תעזוב
אברהם מרדכי שווארץ
Original Track
איך לייג דיר, באשעפער, אלעמאל פאר מיר,
ווייל צו מיין רעכטע האנט טוסטו אייביג שטיין.
פארדעם, לָכֵן שָׂמַח לִבִּי, מיין הארץ איז פול מיט פרייד,
מיין גאנצע זעל קען רוען אין א רואיגקייט.
דו וועסט מיר קיינמאל לאזן פארפאלן גיין,
מיט מיר באשעפער וועסטו אייביג זיין,
פון מיינע אויגן גיסן טרערן, אוי איך וויין.
כִּי לֹא תַעֲזוֹב נַפְשִׁי לִשְׁאוֹל,
לֹא תִתֵּן חֲסִידְךָ לִרְאוֹת שָׁחַת.
איך ווייס און גלייב אז די וועלט איז נאר א דורכגאנג,
צו מיין אייביגע לעבן, צו עולם הבא.
אבער היט מיך אפ, שָׁמְרֵנִי קֵל ביז ווילאנג,
מיין נשמה געפינט זיך אויך דעם עולם דא.
וויסן ווי גרויס איז יעדע מצוה וואס איך טו,
ווייל באמת קוועלסטו פון מיין קלייניגקייט.
נישט צו פאלן פארן בלאף פונעם יצר, בעט איך דיר,
צו גלייבן אין מיין אינערליכע הייליגקייט.
כִּי לֹא תַעֲזוֹב נַפְשִׁי לִשְׁאוֹל,
לֹא תִתֵּן חֲסִידְךָ לִרְאוֹת שָׁחַת.
