Download PDF

כל זמן ס'ברענט די לעכט

יוסף משה כהנא

Original Track

כל זמן ס'ברענט די לעכטיוסף משה כהנא6:27

Cover Tracks

S0579 - כל זמן ס'ברענט די לעכט - יוסף משה כהנא5:15

כל זמן שהנשמה,
ווילאנג די נשמה איז ביי מיר,
מודה אני לפניך,
באשעפער טייערער, דאנק איך דיר.

הערט א מעשה אן אינטערסאנטער,
וואס מיט יארן צוריק האט פאסירט.
דער גרויסער מגיד ר' ישראל סאלאנטער,
האט אמאל שפעט ביינאכט שפאצירט.

פונדערווייטן זעט ער, א לעכטעלע ברענט,
געטראכט מסתמא וואוינט דארט, א צדיק נסתר.
ווי ער גייט צו, האט ער דערקענט,
אז דאס איז יענקל, דער פשוט'ער שוסטער.

יענקל! יענקל! ס'איז שפעט אין די נאכט,
דאס ליכטל גייט זיך שוין באלד אויסברענען,
מארגן א זון שיינט און לייכט,
פאררעכטן די שיך וועסטו קענען.

זאגט ער: כל זמן ס'ברענט די לעכט,
פאררעכטן די שיך איז דא דער זמן.
די טענה פון רבי'ן איז נישט גערעכט,
ווער ווייסט וואס וועט מארגן זיין.

ר' ישראל סאלאנטער הייבט אויף די הענט,
אוי, נר נשמת אדם,
כל זמן דאס לעכטעלע ברענט,
די ווערטער זענען ממש פחדים.

מענטש! מענטש! גיט ער צו פארשטיין,
דער טאג וועט אמאל קומען צו גיין.
אויף וואס ווארטסטו, וועמען נארסטו,
נאָר זיך, זיך אליין.

דער יצר הרע זאגט פארן מענטש,
תשובה טון איך לאז דיר,
אויף מארגן א צייט טו באשטעטיגן.
דער מענטש פארגעסט
אז די וועלט איז נאר א פְּרוֹזְדוֹר,
מארגן קען ער אלעס פארשפעטיגן.

ווילאנג א מענטש לעבט אויף די וועלט,
פאררעכטן קען ער ביז די לעצטע מינוט.
אבער ווען ער ווערט פארן בית-דין געשטעלט,
וואס ער האט זיך צוגעגרייט, דאס נעמט ער מיט.

זאגט ער: כל זמן ס'ברענט די לעכט,
פאררעכטן אלעס איז נאך דא זמן.
יענקל שוסטער איז גערעכט,
ווער ווייסט וואס וועט מארגן זיין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection