כשושנה
יודל ווערדיגער
Original Track
Cover Tracks
לחן: ר' אלי לויפער, ר' יודל ווערדיגער | מילים: ליפא שמעלצער | לב אחד (תשס"ח)
א בלומעלע, האלב פארטרוקנט און גאר בלאס,
א בלומעלע, פון ווינטן קאלט פון רעגן נאס,
די בלומעלע, זי איז אליין, און דערנער פיל.
די בלומעלע, אלץ מיט פרישע דאגה׳לעך,
די בלומעלע, צווישן ווילדע צווייגעלעך,
די בלומעלע, אויפבליען שיין, שטארק זי וויל.
נעם מיר אריין, אין א גארטן ווי עס דארף צו זיין,
אז איך זאל וואקסן מיט מיין פולן פראכט.
פון די דערנער ארויס,
איך שפיר ווי אט איך רייס מיר אויס,
פון די געדעכטע וואלד און פינסטערע נאכט.
כְּשׁוֹשַׁנָה בֵּין הַחוֹחִים, כְּשׁוֹשַׁנָה בֵּין הַחוֹחִים,
כְּשֶׂה אֶחָד, בֵּין זְאֵבִים, כְּשֶׂה אֶחָד, בֵּין שִׁבְעִים זְאֵבִים.
א שעפעלע, טוט זיך ארומדרייען,
א שעפעלע, ווער הערט די געשרייען,
פון דעם שעפעלע, וואס איז אליין, און טרערן רינט.
אוי שעפעלע, דיין פאסטוך זוכט דיך שטארק ארום,
מיין שעפעלע, כ’וויל דיר צוריקנעמען, קום,
מיין שעפעלע, קום שוין צו גיין, צו מיר געשווינד.
ווייל די חיות פון די וואלד,
ווילן דיר נישט לאזן גיין,
זיי ווילן דיר פארצוקן, גאנצערהייט.
איך בעט דיר, זוך מיר אויף באלד,
איך קען מער נישט דא זיין אליין,
איך מוז דיר טרעפן שוין, געזונטערהייט.
כְּשׁוֹשַׁנָה בֵּין הַחוֹחִים, כְּשׁוֹשַׁנָה בֵּין הַחוֹחִים,
כְּשֶׂה אֶחָד, בֵּין זְאֵבִים, כְּשֶׂה אֶחָד, בֵּין שִׁבְעִים זְאֵבִים.
מיין אידעלע, זיי’זשע נישט פארלוירן מער,
בלומעלע, ס’וועט נישט לאנג געדויערן מער,
מיין שעפעלע, האלט דיך גאר שטארק, אויף אלעמאל.
אידעלע, לאז זיך נישט פון זיי פארפירן,
בלומעלע, מ’עפנט באלד פאר דיר די טירן,
שעפעלע, מיין טייער קינד, כלל ישראל.
