Download PDF

לאמיר זיך איבערבעטן

יאסעלע ראזענבלאט

Original Track

לאמיר זיך איבערבעטןיאסעלע ראזענבלאט3:57

Cover Tracks

S0582 - לאמיר זיך איבערבעטן - יאסעלע ראזענבלאט5:40

לאמיר זיך, לאמיר זיך,
איבערבעטן, איבערבעטן,
אבינו, אבינו, אבינו שבשמים.
לאמיר זיך איבערבעטן,
זיי דיינע ווערטער מקיים.

לאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן,
זיי שוין דיינע ווערטער מקיים.

ווייל ניסים ונפלאות, האסטו דאך צוגעזאגט,
צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל.
גענוג שוין, גענוג שוין געפלאגט און געיאגט,
באפריי דיין פאלק ישראל.

לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן,
דערמאן זיך, דערמאן זיך, אין אונזער יחוס.
לאמיר זיך איבערבעטן,
לאז שוין אויף אונז נישט מער קיין רציחות.

לאמיר זיך איבערבעטן, דערמאן זיך אין אונזער יחוס,
לאמיר זיך איבערבעטן, לאז נישט אויף אונז קיין רציחות.
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן,
לאז נישט מער אויף אונז קיין רציחות.

ווייל ניסים ונפלאות, האסטו דאך צוגעזאגט,
צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל.
גענוג שוין, גענוג שוין געפלאגט און געיאגט,
באפריי דיין פאלק ישראל.

לאמיר זיך, לאמיר זיך,
איבערבעטן, איבערבעטן,
זאל שוין אויף אונז רוען דיין שכינה.
לאמיר זיך איבערבעטן,
זאלן די שונאים אויסגיין פאר קנאה.

לאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן,
זיי שוין דיינע ווערטער מקיים.

לשנה הבאה בירושלים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection