לחיים טאטע
יוסף משה כהנא
Original Track
לחן: יאסעלע ראזענבלאט | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים טאטע (תש"ע)
אין הייליגן שול, שא שטיל, חסידים פיל,
מען ווארט אויפן רבי'ן,
די לעכט שוין אנגעצונדן.
געוועקט יעדן האט דער שמש,
ס'איז דאך א פחד ממש,
אז פאר סליחות איז דער רבי פארשווינדן.
דער רבי שר שלום, צום עק שטאט, געגאנגען גראד,
צום הייזקע דארט, ביים פענסטערל פון דראט.
זעט ווי מר. העשיל שניידער,
וואס מצוות איז נישט מהדר,
אויפן טיש איז צוויי כוסות מסדר.
און פון שענקל נעמט א פלעשל,
גיסט אריין אין די כוסות.
אויפן בענקל, זעצט זיך העשיל,
און זיין שמחה גרויס איז.
מאכט א ברכה, טרינקט אויס איינע,
רעדט אפאר ווערטער, בֵּינִי לְבֵּינִי.
נעמט די צווייטע,
און געט א שלינג א פיינע.
נאך ווי ער טרינקט, מיט די הענט ער ווינקט,
ווי ער ווינטשט לחיים קוקט אויס פונקט.
טאנצט און זינגט, פרייט זיך, שפרינגט,
זיינע אויגן פון שמחה בלינקט.
אפאר שעה שפעטער, דער שניידער זעט ער,
העשיל, העשיל, דער שמש רופט.
קלאר זיין מוז ער, ווער איז ער,
קען זיין א למד-וואו'ניק, וויסן ער פרואווט.
לאמיך דיר דערציילן, זאגט העשיל,
געווען גוטע צייטן, גוטע צייטן,
פריצים קונים, פון אלע זייטן.
ווען איינער געוואלט עפעס ספעשל,
געקומען צום שניידער העשיל.
די מזל טוט זיך דרייען,
איבערדרייען, איבערדרייען,
ווערט שוואכער און שוואכער, וְלֶחֶם אַין.
בין איך ברוגז געווארן נעבעך,
צום באשעפער א זאג געב איך.
פרנסה געבן ביסטו מסרב,
גיי איך נישט צו מנחה מעריב.
פארטרייבסט אוועק מיינע מענטשן,
הער איך אויף צו בענטשן.
פול מיט קִנְאָה וְתַּחֲרוּת,
פארוואס יענער פון מיר רייכער איז,
אויפגעהערט צו גיין צו שחרית.
עבירה גוררת, זייער שווער איז,
מען ווערט פארשלעפט מער און מער.
אראפ ווי לייכט איז, ביזן שאול תחתית,
ארויף צוריק איז זייער שווער.
אבער סיי וואו מען איז, די נקודה הפנימית,
דער פינטל איד, שלעפט אויף צוריק.
באשעפער, אצינדער, מוחל איך בין דיר,
זיי מיר אויך מוחל, געווען גענוג.
א כוסה נאך א כוסה, אומר ועושה,
איינס פארן באשעפער, און איינס פאר מיר.
לחיים אים געוואונקען, ער טוט דאך נישט טרינקען,
טרינק איך, טאטע, אויך פאר דיר.
און איך האב געזאגט,
לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן,
אבינו אבינו, אבינו שבשמים.
לאמיר זיך איבערבעטן,
עס קומט דאך א יאר א נייעם.
לאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים,
א נייע וועג וועל איך אויסטרעטן,
לחיים טאטע, לחיים.
אויך דיין כוסה טרינק איך,
צו דיר, טאטע, לחיים ווינק איך,
איך וועל שוין דיינע ווערטער זיין מקיים.
וועסט געבן פרנסה, א גוטע הכנסה,
געזונטע קינדער געבן פאר מיר.
איך וועל דאווענען, גוט פראווענען,
לערנען פלייסיג ביים שיעור.
שיינע דורות, לעכטיגע אורות,
זכרנו לחיים, גרויס און קליין.
איך וועל לויפן, מצוות קויפן,
מיט שמחה דינען דיר אליין.
לחיים אידן, לחיים ברידער,
מיר בעטן זיך איבער, אידן איבעראל.
לחיים טאטע, זאג לחיים,
פאר דיינע קינדער, כלל ישראל.
