Download PDF

מיין טאטנ'ס קינד

אברהם פריד

Original Track

מיין טאטנ'ס קינדאברהם פריד6:51

Cover Tracks

S0586 - מיין טאטנ'ס קינד - אברהם פריד7:11

איי דו יצר הרע,
איי ביסטו א פאכמאן פון דער ערשטער קלאס.
דו קענסט פארדרייען דעם קאפ און דעם שכל,
אפילו פון א בר דעת.

מען רופט דיר טאקע מלך,
ביסט אבער א נאר, אן אלטער כסיל.
לאמיר דיר זאגן, יצר הרע, דעם אמת,
דעם אמת, דעם אמת וואס איך פיל.

איך בין נישט דיינער, ניין ניין ניין,
כ׳וויל אין דיינע דרכים אפילו נישט גיין.
אפילו ווען איך פאל,
און אויך בשעת׳ן זינד,
בין איך אלעמאל, אלעמאל, אלעמאל,
מיין טאטנ׳ס א קינד.

איך בין זיינער,
זיינער און נישט דיינער.
איין באשעפער אין הימל איז דא,
איך בין זיינער, יא יא יא.

איי דו יצר הרע,
וואו איך גיי, וואו איך שטיי,
האב איך פון דיר צרות,
תאוות, נסיונות, רכילות און מחשבות זרות.

דו כאפסט מיר אין דיין פוסטן קלעם,
זאגט טאקע די תורה א סברא, מה יעשה הבן.
וויל איך דיר זאגן, יצר׳ל, הויך אויפן קול,
נאכאמאל און נאכאמאל.

איך בין נישט דיינער, ניין ניין ניין,
כ׳וויל אין דיינע דרכים אפילו נישט גיין.
אפילו ווען איך פאל,
און אויך בשעת׳ן זינד,
בין איך אלעמאל, אלעמאל, אלעמאל,
מיין טאטנ׳ס א קינד.

איך בין זיינער,
זיינער און נישט דיינער.
איין באשעפער אין הימל איז דא,
איך בין זיינער, יא יא יא.

איי דו יצר הרע,
גלייך ביי התחלת הבריאה,
ווען די וועלט איז געווען נאך יונג,
האסטו שוין געמאכט א חורבן,
מיט דיין שארפן צונג.

אדם און חוה זיי ביידן,
פארטריבן פון גן עדן,
און אזוי ציט זיך עס שוין טויזנטער יאר.
דו נעמסט גארנישט קיין וואקעישן,
דו ווערסט שטערקער גאר.

אבער באלד, באלד, באלד, באלד, יצר׳ל,
וועט מקוים ווערן וואס עס שטייט אין דעם ספר׳ל.
עתיד הקדוש ברוך הוא,
ער וועט נעמען דעם מעסער דעם שארפן,
ער וועט דיר שוין מער נישט דארפן.
וְאֶת רוּחַ הַטוּמְאָה אַעֲבִיר,
ס׳וועט נישט בלייבן קיין זכר פון דיר.

פאר דו גייסט, יא, פאר דו גייסט,
וויל איך, יצר׳ל, זען און מאכן קלאר אז דו פארשטייסט.

איך בין קיינמאל נישט געווען דיינער, ניין ניין ניין,
כ׳האב אין דיינע דרכים קיינמאל נישט געוואלט גיין.
אפילו ווען איך בין געפאלן,
און אויך בשעת׳ן זינד,
בין איך אלעמאל, אלעמאל, אלעמאל,
געווען מיין טאטנ׳ס א קינד.

איך בין זיינער,
זיינער און נישט דיינער,
איין באשעפער אין הימל איז דא,
איך בין זיינער, יא, יא, יא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection