Download PDF

מיין קינד

ישראל אדלער

Original Track

מיין קינדישראל אדלער2:33

Cover Tracks

S0587 - מיין קינד (3)
S0587 - מיין קינד (2)
S0587 - מיין קינד - ישראל אדלער

לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ר' ישראל אדלער | אורות (תשע"ה)

איך האב געווארט,
אזא לאנגע צייט געווארט.
געהאלטן אפן פאר דיר מיין טיר,
און איך ווארט נאכאלץ פאר דיר,
ווען וועסטו, צוריקקומען צו מיר.

איך ווארט און ווארט,
מיין טיר איז קיינמאל נישט פארשפארט,
איך ווארט און איך ווארט, עד מתי,
ווען וועסטו שוין הערן, מיין געשריי,
מיט פיל געגועים, פאר מיין יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים.

אוי מיין קינד, אוי מיין קינד,
איך בענק דיר, איך בענק דיר אצינד.
מיין קינד, אוי מיין קינד,
קום נענטער, קום נענטער צו מיר.

אוי מיין קינד, אוי מיין קינד,
צווישן אונז איז אן אייביגע בונד,
שׁוּבוּ שׁוּבוּ אֵלַי, וְאָשׁוּבָה אֲלֵיכֶם.

איך האב געווארט,
אזא לאנגע צייט געווארט.
געהאלטן אפן פאר דיר מיין טיר,
און איך ווארט נאכאלץ פאר דיר,
ווען וועסטו צוריקקומען צו מיר.

אוי מיין קינד, אוי מיין קינד,
איך בענק דיר, איך בענק דיר אצינד.
מיין קינד, אוי מיין קינד,
קום נענטער, קום נענטער צו מיר.

אוי מיין קינד, אוי מיין קינד,
צווישן אונז איז אן אייביגע בונד,
שׁוּבוּ שׁוּבוּ אֵלַי, וְאָשׁוּבָה אֲלֵיכֶם.

כל זמן דיין לעכטעלע ברענט, מיין קינד ישראל,
איך וואנדער און איך וואונדער,
ווען וועט שוין קומען דאס מאל.
קול דודי דופק דודי דופק פתחי לי,
מיין טיר איז אייביג אפן פאר דיר.

אוי מיין קינד, אוי מיין קינד,
איך בענק דיר, איך בענק דיר אצינד.
מיין קינד, אוי מיין קינד,
קום נענטער, קום נענטער צו מיר.

אוי מיין קינד, אוי מיין קינד,
צווישן אונז איז אן אייביגע בונד.
שׁוּבוּ שׁוּבוּ אֵלַי, וְאָשׁוּבָה אֲלֵיכֶם.

עַד יוֹם מוֹתוֹ תְּחַכֶּה לוֹ, אִם יָשׁוּב מִיַד תְּקַבְּלוֹ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection