Download PDF

פאסטוך

יוסף משה כהנא

Original Track

פאסטוךיוסף משה כהנא7:39

לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יוסף משה כהנא | יברך (תשס"א)

א שעפעלע, א קליינטשיק,
א ביימעלע, א שיינטשיק,
געזען בליטשקען פונדערווייט.
אהינגעלאפן, עפעלעך געטראפן,
געגעסן און הנאה געהאט.

ווי זי האט זיך דערווייטערט, געווארן פארמאטערט,
געכאפט א דרימל, א טיפע שלאף.
זי טוט זיך דערוועקן, זייער דערשרעקן,
זי זעט נישט קיין פאסטוך, זי זעט נישט קיין שאף.

ווי ווייט פארקראכן, אזוי שטארק צעבראכן,
אלע שעפעלעך צוזאם, און איך בין אליין.
אין וואלד דעם טיפן, זי טוט שרייען און רופן,
קיינער הערט נישט איר געוויין.

אזוי פארביטערט, פון קעלט דערציטערט,
זי טרעפט נישט די וועג צוריק.
עס גיסט א רעגן, נישט דא וועם צו פרעגן,
אויפן שווארצן הימל, געט זי א קוק.

ווען וועט דער פאסטוך,
אין מיר זיך דערמאנען,
און זען מיין צער איז גרויס אן א שיעור.
עפעס א וועג איז נאך זיכער פארהאנען,
טרעפן די וועג צו קומען צוריק צו מיר.

דער פאסטוך אזוי געטריי, טראכט נאר פון זיי,
לאזט נישט די שעפעלעך אליין.
כסדר ער היילט זיי, יעדע נאכט ער ציילט זיי,
קיין איין שעפעלע זאל נישט פארלוירן גיין.

ווי ער האט געזען, וואס דא איז געשען,
אז די שעפעלע איז נישט דא.
אינדרויסן שוין טונקל, מ'זוכט יעדן ווינקל,
ס'גייט אדורך א שעה נאך א שעה.

ווען וועט די שעפעלע,
אין מיר זיך דערמאנען,
און זען מיין צער איז גרויס אן א שיעור.
עפעס א וועג איז נאך זיכער פארהאנען,
צו טרעפן די וועג צו קומען צוריק צו מיר.

איך האב מיך געלאזט פארפירן,
מיין נשמה פארשמירן,
ווער ווייסט צי ס'איז נאך אפן די טיר.
איך וויין מיט טרערן, וויל צוריקקערן,
צי איז נאך געבליבן ליבשאפט פאר מיר.

מיין הארץ עס רייסט מיך, איך שריי צום פאסטוך,
קוק און זע ווי ס'איז מיר שווער.
אויפן מצב קלאג איך, פון גרויס צער זאג איך,
אפשר דארף מיך דער פאסטוך נישט מער.

שעפעלע ליבער, איך לאז קיינעם נישט איבער,
יעדע נשמה איז א חלק אלוקי.
ווי ווייט זאלסט נאר פארקריכן,
וועל איך אייביג דיך זוכן,
ווייל עס טוט מיר אזוי וויי.

זאלסט נישט מיינען, אז נאר דו טוסט וויינען,
איך באהאלט זיך און וויין אין מיין שטוב.
פול מיט געגועים, צום יֶלֶד שַׁעֲשׁוּעִים,
ווייל איך האב דיך אזוי ליב.

מיין קינד, איך בעט דיך, זיי נישט צעבראכן,
הייב אן צוביסלעך צו גיין.
טאטע טאטע, איך בין אזוי ווייט פארקראכן,
מיך אהיימנעמען, מוזטו קומען אליין.

שעפעלע ליבע, שׁוּבוּ אֵלַי וְאָשׁוּבָה,
טייערער פאסטוך, הֲשִׁיבֵנוּ הַשֵׁם וְנָשׁוּבָה.

ווען וועט דער פאסטוך,
אין מיר זיך דערמאנען,
און זען מיין צער איז גרויס אן א שיעור.
מָתַי אָבוֹא וְאֵרָאֶה,
וְאֵרָאֶה פְּנֵי אֱלוֹקִים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection