Download PDF

שמע ישראל

דודי קאליש

Original Track

שמע ישראלדודי קאליש5:01

לחן: דודי קאליש | מילים: ר' חיים אלתר פאנעט | דודי קאליש מיט ידידים (תשע"ג)

יעדער איד פארמאגט א פלאם,
וואס האלט אונז אלעמאל צוזאם.
עס מאכט נישט אויס, ווי מען זעט אויס,
פון וואו מען שטאמט.

די וואס מיינען אז ביי זיי,
איז די פונק שוין לאנג פארביי.
עס קומט א צייט ווי דאס פינטעלע איד אויפשטייט,
און געט א געשריי.

שמע ישראל, השם אלוקינו, השם אחד, השם אחד.

אין די הארץ פון יעדע איד,
איז דא די פונק, די נשמה פילט,
איך האב איין גאט,
און אים איך דין, מיט מיין געמיט.

אפילו ווען ס'זעט נישט אויס,
ווען מען דערמאנט, שריי איך ארויס,
פאר דעם איך לעב,
דאס איז די וועג צו וואס איך שטרעב,
און גרייט צו גיין אויס.

שמע ישראל, השם אלוקינו, השם אחד, השם אחד.

שמע ישראל, השם אלוקינו, השם אחד.
דו ביסט מיין גאט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection