סיבת הסיבות
יואל ברוין
Original Track
מיין גייסט טו צוריקקערן,
די גשמיות אוועק נעמען,
געהאט א ים מיט צייט צו קלערן,
איך בין געוואוינט שוין צו די קלעמען.
און אויף די אפענע וועגן,
מען זעט די זון טוט זיך פארמערן,
יעצט איז מיר קלאר אן פרעגן,
אז צום סוף וועט ליכטיג ווערן.
נאר עפן אליין,
די טויערן דיין,
די טיר צו פארשטיין,
אז אונז האבן נישט קיינעם.
נאר נאר דו,
סיבות הסיבות,
עלת העלות,
ביזט פארכטיג און גרויס,
און נאר צו דיר,
איך לויב און איך דאנק,
אויף יעדע געשאנק,
ביז אהער פון אנפאנג.
נאר נאר דו,
סיבות הסיבות,
עלת העלות,
ביזט פארכטיג און גרויס,
און נאר צו דיר,
איך לויב און איך דאנק,
אויף יעדע געשאנק,
ביז אהער פון אנפאנג.
מ'איז ארויס פון תיבת נח,
מיט נייע בליקן אין די אויגן,
צו העלפן די אן א כח,
די געפאנגענע בארויאיגן,
אקצעפטירן יעדן שווארץ און ווייס,
יעדע קאליר פון רעגנבויגן,
ווי די משנה זאגט שוין קלאר אז,
יעדער איד ווערט באשאפן כהוגן.
נאר עפן אליין,
די טויערן דיין,
די טיר צו פארשטיין,
אז אונז האבן נישט קיינעם.
נאר נאר דו,
סיבות הסיבות,
עלת העלות,
ביזט פארכטיג און גרויס,
און נאר צו דיר,
איך לויב און איך דאנק,
אויף יעדע געשאנק,
ביז אהער פון אנפאנג.
נאר נאר דו,
סיבות הסיבות,
עלת העלות,
ביזט פארכטיג און גרויס,
און נאר צו דיר,
איך לויב און איך דאנק,
אויף יעדע געשאנק,
ביז אהער פון אנפאנג.
נאר נאר דו זורע צדקות,
מצמיח ישועות,
בורא רפואות,
טראגסט אונז אויף דיין שויס,
נורא תהילות.
און נאר צו דיר,
איך לויב און איך דאנק,
איך זינג מיט געזאנג,
אויף יעדע געשאנק,
דעם גאנצן גאנג,
ביז אהער פון אנפאנג.
נאר נאר דו,
סיבות הסיבות,
עלת העלות,
ביזט פארכטיג און גרויס,
און נאר צו דיר,
איך לויב און איך דאנק,
אויף יעדע געשאנק,
ביז אהער פון אנפאנג.
